English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ב'שסב

ב"ה, כ"ה טבת, תשי"ד

ברוקלין.

מתפללי בית הכנסת חברה ליאדי נוסח

אר"י, אשר

בברוקלין נ.י. ובראשם היו"ר הוו"ח אי"א

נו"נ

מוה"ר אלי' משה שי' שו"ב שליט

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך און חאטש אן קיינע פרטים, דאך האף איך אז עס ווערען אנגעהאלטען ניט נאר די סדרים פון תפלה נאר אויך די סדרים פון לערנען ברבים, וואס אין אונזער איצטיקער צייט, דארף א בית הכנסת זיין אויך א בית המדרש, און לויט דער גמרא ווערט א בית הכנסת אנגערופען א מקדש מעט, איז אזוי ווי פון בית המקדש איז דא[ך] ארויסגעגאנגען ליכטיקייט אויף דער גאנצער וועלט, אזוי אויך א בית הכנסת ובית המדרש דארף דינען אלס א צענטראלער פונקט פון וואנען עס זאל זיך אויסשפרייטן אידישקייט מיט דער געהעריקער ווארימקייט און מסירת נפש אין דער גאנצער אומגעבונג.

און לויט דער פאדערונג פון דער איצטיקער צייט, טאר מען ניט ווארטען ביז וואנען יענער וועט קומען אין שול און דענסטמאל געבען עם א סידור אדער א תהלים אדער א אנדער ספר, נאר מען דארף זוכען וועגען ווי צו אריינקומען צו יענעם אין הויז און מאכען עם וועלען צו קומען אין שול דאוונען, און צו קומען לערנען, און פון שול זאל ער מיטנעמען א תוספת אין נר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה זוהי תורת החסידות.

וואס אויף דעם האבען זיך מוסר נפש געווען נשיאינו הק' נאך פון זינט ליאזנע, ליאדי ליובאוויטש און אין די אנדערע ערטער ביז מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אין ברוקלין, נ.י. און מיר אלע האבען א הבטחה פון כ"ק אדמו"ר הזקן, וועמענס חג הגאולה מיר האבען געפייערט ניט לאנג און וואס זיין יום הילולא כ"ד טבת איז געווען נעכטען, אז ווען מען וועט טאן אין דעם, וועט מען זיכער מצליח זיין.

בברכה לכל המתפללים וב"ב שיחיו כל אחד ואחת להמצטרך לו בגשמיות

וברוחניות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ח
מזהה
rh-s7pgs8wq

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit2362