אגרת ב'תקנז
כ"ז אדר ב', תשי"ד · עליהם יחיו
בית הכנסת נוסח אר"י אשר בדעטראיט, ד'
איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך דעם מזכיר מוה"ר אליעזר ב"ר משה שי', און השי"ת זאל העלפען אז איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות וועגען דער פארגרעסערונג פון דער צאל מתפללים אין בית הכנסת און די פארגרעסערונג פון דער צאל איינטיילנעמער אין די שיעורים וואס ווערען געלערענט ברבים, וואס דאס זיינען די עמודים אויף וועלכע עס האלט זיך א שול.
און עס דארף אזוי איינגעשטעלט ווערען אז יעדער פון די מתפללים און לערנער זאלען מיטנעמען וואס אויך אהיים צו אנווארימען די הייזער מיט אידישקייט ווארימקייט און ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה.
און אזוי ווי יעדער לעבעדיקע זאך וואקסט, אזוי דארף אויך דאס אויבען דערמאנטע וואקסען פון צייט צו צייט, און בפרט אין די שולען וועלכע טראגען אויף זיך דעם הייליקען נאמען פון אר"י ז"ל זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל האבען א באזונדער חוב און באזונדער זכות צו בארעכטיגען, דורך איינווירקען אויף די מתפללים און אויף דער גאנצער סביבה, דעם נאמען וועלכע די שול טראגט. ואין לך דבר העומד בפני הרצון.
בברכה לחג פסח כשר ושמח לכל המתפללים והלומדים הם וכל בני ביתם שיחיו.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ח
- מזהה
- rh-a57gj5av
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit