אגרת ב'תפו
כ"ה אד"ר, תשי"ד · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער שרייבען, וועגען דעם וואס עס קומען צו אייך פערשידענע ניט פאסיגע און אויך ניט גוטע געדאנקען און איר ווייס[ט] ניט פון וואנען דאס נעמט זיך וכו'.
ערשטענס וואלט אי[ר] באדארפט אויפהערן צו גריבלען זיך בנוגע צו אייך און אייערע רעיונות און אויפפירען זיך אין טאג טעגליכען לעבען לויט דער פאדערונג פון תורתנו הק' און פארלאזען זיך אויף השם יתברך וועלכער איז דער עצם הטוב אז ער - ברוך הוא - וועט אייך פירען ווי עס איז בעסער פאר אייך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
לויט אייער בקשה ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך מזכיר זיין אייך צום גוטען געזונט, אבער איר האט באדארפט בודק זיין אייערע תפילין און אויך די מזוזות בא אייך אין וואהנונג, אז זיי זאלן זיין אלע כשר'ה. און זאגען נאכן דאוונען יעדער טאג אין דער פריה א שיעור תהלים (לכל הפחות ווי דער תהלים ווערט פאנאנדער געטיילט אויף די טעג פון חדש) און אויב עס איז מעגליך צו געבען אויך יעדער טאג פארן דאוונען א פאר סענט אין א צדקה פושקע, און השי"ת זאל אייך העלפן אז בקרוב ממש מתוך בריאות הנכונה זאלט איר קענען פארשטארקען אידישקייט אין אייער גאנצער סביבה.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ח
- מזהה
- rh-003awdnp
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit