אגרות קודש
אגרת ב'רצה
צו דער הנהלה פון ישיבת "אחי תמימים" אין באסטאן, ווי אויך צו אלע פארזאמלטע צום צענטן יערלעכן
עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה, אז זונטיק, ט"ו כסלו, הבע"ל, וועט געפייערט ווערן דער צענטער יערלעכער באנקעט פון ישיבה אחי תמימים דבוסטון. צו דער געלעגנהייט באגריס איך די הנהלה און אלע אנטיילנעמער אין דעם באנקעט מיט דעם וואונש פון "ברוכים הבאים".
ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען וועגן א ציל וואס איז פארבונדן מיט תורה ומצות, קאן מען זיין זיכער, אז דאס וועט ברענגען גוטע פירות און מיט הצלחה. ובפרט ווען עס האנדלט זיך וועגן כשר'ע ערציאונג פאר אידישע קינדער, וואס אויף זיי לייגן מיר אונזער האפנונג אז זיי וועלן פארזעצן די גאלדענע קייט פון תורה ומצות אין דע קומענדיקן דור, איז דאס אין תורה ומצות גופא איינע פון די אויסגעקליבענסטע און העכסט וויכטיקע ענינים.
אט דער ציל און די ארבעט מוז ארויסרופן די גרעסטע פאראינטערעסירונג פון אלע אידן פון דער סביבה צו נעמען א וואס גרעסערן חלק אין דער זאך, וואס דאס אליין רופט ארויס א תוספת ברכה והצלחה פון דעם אויבערשטן יתברך.
דערפאר בין איך זיכער, אז דער איצטיקער באנקעט וועט ברענגען גאר גרויסע פעולות אין מאטעריעלן זין און וואס איז ניט ווייניקער וויכטיק אויך אין רוחניות'דיקן זין.
איך האף אז יעדער איינער פון די פארזאמלטע וועט מיטנעמען פון באנקעט א צוגעב צוגעבונדנקייט און לעבעדיקייט אין עניני תורה ומצות בכלל און אין דער לעבנסוויכטיקער ארבעט פון חינוך הכשר בפרט, וואס לויט דער הבטחה פון תורתנו הקדושה וועט דאס ברענגען יעדן איינעם, הם ובני ביתם שיחיו, ברכה והצלחה אין פרטיות'דיקן לעבן, בגשמיות וברוחניות.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ח
- מזהה
- rh-rkn1xjt8
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit