English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

186

משמע, אַז דער "הרבה מאד" איז ניט בלויז בערך צו דעם "דבר קל" אויף וועלכן זיי האָבן געפאַסט, נאָר אויך בעצם איז עס "הרבה מאד". מוז מען דאָך זאָגן, אַז אויך מ' צומות, כאָטש ס'איז אַ סאַך ווייניקער פון דעם ריבוי התעניות דורך וועלכע עס ווערט "הושחרו שיניו", הייסט עס "תעניות הרבה מאד".

לא. איינע פון די ענינים אין וועלכע עס גלייכן זיך אויס תורה, תפלה און תשובה (ראה לעיל סעיף.. . וסעיף יו"ד), איז דאָס וואָס אַלע דריי זאַכן שטעלן זיך אויס אין אַ מספּר פון ארבעיםכג.

ווי מען זעט אין די דריי מאָל ארבעים יום וואָס משה רבינו איז געווען בהר, אַז אין די ערשטע ארבעים יום האָט ער מקבל געווען תורה ובמדרז"לכד תורה שניתנה למ' יום (וואָס דאָס איז דאָך אויך דער רמז אין וואָרט תרומה: תורה מ'כה), די צווייטע ארבעים יום האָט ער מתפּלל געווען, ווי עס שטייט אין פסוק ואתפּלל גו'כו, און די דריטע ארבעים יום האָט ער אויפגעטאָן דעם "סלחתי כדברך"כז — ענין התשובהכח.

און פון די דריי מאָל ארבעים יום וואָס זיינען געווען ביי משה רבינו, מז' הרועים וכללות כולםכט איז אַרויסגעקומען דער מספּר פון ארבעים ביי די אַלע דריי זאַכן — תורה, תפלה ותשובה — אויך ביי אַלע אידן:

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-j59etrj7

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות