הוספה - ביאורים באגרת התשובה
187
תורה: תורה איז פאַרבונדן מיט ארבעים שנה. ווי די גמרא (ע"ז ה, ב) זאָגט "לא קאי איניש אדעתי' דרבי' עד ארבעין שנין" [וואָס פון דעם קומט אַרויס אויך אַ פּסק דין (סוטה כב, ריש ע"ב. יו"ד סרמ"ב סל"א) "ואין לאדם להורות עד ארבעים שנה"], און דאָס איז בדוגמת די ארבעים יום אין וועלכע משה רבינו האָט מקבל געווען תורה, ווייל "יום שלמעלה חשוב ודאי כשנה" (אוה"ת דברים ע' יח). ובפּשוטו התורה ניתנה במשך מ' שנים שהיו במדבר.
תפלה: די גמרא (ברכות לד, א) דערציילט אַז בשעת מען האָט געזאָגט צו ר' אליעזר'ן אויף אַ תלמיד אַז ער איז מאריך אין דאַוונען יותר מדאי, האָט ר"א געענטפערט: "כלום מאריך יותר ממשה רבינו דכתיב בי' את ארבעים היום ואת ארבעים הלילה וגו'". זעט מען דאָך, אַז פון די צווייטע ארבעים יום וואָס משה רבינו האָט מתפּלל געווען, קומט אַרויס (ביי אַ תלמיד פון ר"א'ן) אריכות התפלה (ביז צו) ארבעים יום.
תשובה: מצד די דריטע ארבעים יום אין וועלכע משה רבינו האָט אויפגעטאָן דעם "סלחתי כדברך" זיינען נקבע געוואָרן פאַר אַלע אידן בכל הדורות די טעג פון ר"ח אלול ביז יו"כ אַלס ארבעים ימי תשובהל.
[און דעם מספּר פון ארבעים געפינט מען סיי בענין התשובה עצמה, כנ"ל בענין הארבעים יום שמר"ח אלול ועד יו"כ; סיי בנוגע וידוי (כל בו סי' ע'); סיי בנוגע דעם מספּר פון תעניות של תשובהלא].
וי"ל רמז בזה וואָס די אַלע דריי ענינים — תורה, תפלה און תשובה — הויבן זיך אָןלב מיט אַ תי"ו — צען מאָל ארבעים (מ' פּועל בעשר כחות, בע"ס וכו'), ארבעים (בשלימות — היינו) כל אחד כלול מיו"ד.
לב. דאַרף מען פאַרשטיין: דער משך הזמן ביי די אַלע דריי זאַכן הנ"ל איז דאָך תלוי לכאורה (א) אין דעם ענין [וועלכן ער לערנט; אויף וועלכן ער איז מתפּלל; אויף וועלכן ער טוט תשובה (און ווי מען זעט בנוגע דעם מספּר הצומות וועלכע ברענגען זיך אין אגה"ת, אַז אויף יעדער עבירה איז דאָ אַן אַנדער מספּר)], (ב) אין דעם אדם [הלומד, המתפּלל והשב. אַז בשעת ביי אים זיינען בעסערע כשרונות קען ער עס משיג זיין אין ווייניקער צייטלג; ועד"ז בתפלה, אַז בשעת ער האָט מנוחת הנפש יותר או זכותים יותר ווערט זיין תפלה גיכער נתקבל; און אַזוי אויך בתשובה, אַז דאָס איז תלוי אין די קשיות העורף וכו' של האדם החוטא], טאָ ווי
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-01b3mxef
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.