וואָס ער האָט מורא פון אויבערשטן — יראת הרוממות. נאָר מצד דעם העלם והסתר פונעם גוף ונה"ב, דוכט זיך אים אויס אַז ער האָט מורא פון דעם עונשסד.
(וכפסק הרמב"ם (הל' גרושין ספ"ב) אַז ווען אַ איד טוט אַ מצוה מיינענדיק אַז ער טוט עס מצד דערויף וואָס גוים זיינען אים מכריח צו טאָן איר, פּסק'נט אָפּ תורה אַז בפּנימיות טוט ער די מצוה מצד דעם רצון פון עצם הנשמה וואָס זי איז רוצה לעשות כל המצות).
און אַזוי ווי יראה, עד"ז אויך תשובה (ולהעיר שעיקר התשובה היא על היראה — ד"ה שופר חצר"ת (בסה"מ תרצ"ט) פ"ט ויו"ד. וראה גם סה"מ תקס"ב ע' רעז ואילך), אַז אויך די נידעריקסטע מדריגה פון תשובה, ביז אפילו תשובה מצד יראת העונש (וואָס ער טוט תשובה בכדי ער זאָל ניט נענש ווערן), איז פּנימיותה ואמיתתה — די תשובה שמצד עצם הנשמהסה, וואָס די נשמה קערט זיך צום אויבערשטן — "והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה". נאָר מצד דעם שאָלעכץ פון דעם גוף ונה"ב וואָס פאַרשטעלט אויף די נשמה, דוכט זיך אים אויס אַז ער טוט תשובה מצד יראת העונש.
און וויבאַלד אַז אויך תשובה תתאה איז כולל אין זיך כל הבחינות שבתשובה, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז אויך דורך איר, טוט זיך אויף (בהעלם ובפּנימיות) דער תיקון אויף פּגם הברית. און דאָס וואָס אויף פּגם הברית מוז מען אָנקומען צו תשובה עילאה (בגילוי), איז עס בכדי אַז דער חטא זאָל נתתקן ווערן אויך בגלוי.
כן י"ל בדא"פ. ועצ"ע.
להבין זאת מעט מזעיר:
נג. יש לומר: מעט — בכמות, מזעיר — באיכות. (משא"כ בלשון מעט מן המעט וכיו"ב).
והרי נמצאו בכל דור כו':
נד. אויף די קשיא וואָס דער אַלטער רבי פרעגט "והרי נמצאו בכל דור כמה וכמה חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם בנעימים"סו (וואָס די קשיא