English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

213

זיין היפּך פון דברך. דוקא אין שמים איז ער בגילוי — "נצב"עב, וכנ"ל דכולם משתחווים כלפּי מערב וקיימים באישעג.

עצום מאד:

ראה לעיל סעיף סה.

צבא השמים:

ראה לעיל סעיף סו-­ז.

ולכן נקראו המלאכים בשם אלקים:

סח. אין דעם וואָס דער אַלטער רבי איז דאָ מבאר דעם טעם פאַרוואָס מלאכים ווערן אָנגערופן בשם אלקים — אַז דאָס איז מצד דעם וואָס זיי נעמען זיך פון חיצוניות החיות — איז ניט מובן, וואָס איז נוגע אין אגרת התשובה צו מבאר זיין דעם טעם פון דעם וואָס מלאכים הייסן בשם אלקים: וואָס איז דאָס נוגע לביאור ענין התשובה?

דער ענין אַז מלאכים נעמען זיך פון חיצוניות החיות קומט דאָ בלויז בדרך אגב, בכדי אַרויסצוברענגען דורך דעם די מעלה פון נשמות אויף אַלע נבראים, אפילו אויף מלאכים, אַז אַלע נבראים (אפילו מלאכים) נעמען זיך פון חיצוניות החיות און נשמות נעמען זיך פון פּנימיות החיות [וואָס דאָס — אַז די נשמות נעמען זיך פון פּנימיות החיות — איז נוגע לביאור ענין התשובה, כדלקמן פ"ה ואילך]. האָט דאָך ניט קיין אָרט, אַז מצד דעם וואָס מען דערמאָנט דאָ — בדרך אגב — דעם ענין אַז מלאכים נעמען זיך פון חיצוניות החיות, זאָל מען דעריבער דאָ מבאר זיין דעם טעם פון דעם וואָס מלאכים נקראו בשם אלקים (וואָס ווערט נתבאר דורך דעם וואָס זיי נעמען זיך פון חיצוניות החיות)?

סט. די קשיא איז נאָך שטאַרקער: ווען אַלע נבראים וואָס נעמען זיך פון חיצוניות החיות וואָלטן געווען נקרא בשם אלקים [און נשמות וואָס נעמען זיך פון פּנימיות החיות וואָלטן געהייסן בשם הוי'] וואָלט מען געקענט זאָגן (עכ"פּ בדוחק), אַז וויבאַלד אַז דער נאָמען פון יעדער נברא (אלקים צי הוי') איז פאַרבונדן און היינגט אָפּ פון זיין בחינת החיות — איז בשעת ער רעדט וועגן דעם חילוק החיות צווישן נשמות מיט אַלע נבראים, דערמאָנט ער שוין אויך דעם חילוק אין זייערע נעמען.

די מעשה איז דאָך אָבער, אַז די אַנדערע נבראים (אפילו "צבא השמים", וואָס

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-pz1knhyd

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות