(וע"ד — ריש חינוך קטן)] מאַכט ער קלאָר, אַז תשובה איז אַ מצוה. און דעם ענין אַז תשובה איז אַ מצוה, זאָגט עס דער אַלטער רבי אויך לשיטת הרמב"ם והסמ"ג, וואָרום ער רעדט דאָך דאָס אליבא דידהו, כדמוכח פון דעם וואָס ער זאָגט ווייטער "ולכן לא הזכירו הרמב"ם והסמ"ג כו'"ג.
פאַראַן אחרונים (מנ"ח מצוה שסד) וואָס לערנען, אַז לשיטת הרמב"ם איז תשובה ניט אַ מצוה, נאָר — אויב ער וויל טאָן תשובה, איז דאָ אַ מצוה אַז ער זאָל זיך דאַן מתוודה זיין. (ובדוגמת המצוה (מ"ע רכב) "וכתב לה ספר כריתות", אַז צו מגרש זיין איז אַן ענין וואָס איז תלוי ברצונו, די מצוה איז בלויז, אַז בשעת שרצה לגרש, זאָל ער מגרש זיין מיט אַ ספר כריתות). פון אַלטן רבי'נס לשון איז אָבער קלאָר, אַז ער לערנט, אַז אויך לשיטת הרמב"ם איז תשובה אַ מצוה.
בשעת מען קוקט אַריין אין רמב"ם, זעט מען אַז ער זאָגט אַזוי בפירוש: גלייך אין אָנפאַנג הלכות תשובה, נאָך אין'ם "קעפּל"ד, שרייבט ער: "מצות עשה אחת, והוא שישוב החוטא מחטאו לפני ה' ויתודה", איז דאָך מפורש אין רמב"ם, אַז אויך די תשובה גופא (ניט בלויז דער וידוי) איז אַ מצוה.
און אַזוי איז אויך מוכח פון דעם וואָס ער זאָגט אין הל' תשובה פ"ב ה"ב: "ומה היא התשובה הוא שיעזוב החוטא חטאו ויסירו ממחשבתו ויגמור בלבו שלא יעשהו עוד שנאמר יעזוב רשע דרכו וגו'", וואָס פון דעם וואָס דער רמב"ם בריינגט דעם פּסוק פון ישעי' (נה, ז) יעזוב רשע דרכו, און ניט דעם פּסוק פון חומש (ואתחנן ד, ל. נצבים ל, ב) ושבת עד הוי' אלקיך, איז קענטיק אַז ער וויל ברענגען אַ ראי' אַז ס'איז אַ ציווי, וואָס דעריבער ברענגט ער דעם פּסוק "יעזוב רשע דרכו" וואָס "יעזוב" איז אַ לשון ציווי, און ניט דעם פּסוק "ושבת", וואָס דאָס איז אַ סיפּור דברים. ווי דער רמב"ם לערנט אין הל' תשובה (פ"ז ה"ה) בנוגע דעם פּסוק אין פּ' נצבים.
און אַזוי איז אויך מוכח פון דעם וואָס דער רמב"ם זאָגט (שם פ"ב ה"ג): "כל המתודה בדברים ולא גמר בלבו לעזוב, הרי זה דומה לטובל ושרץ בידו, שאין הטבילה מועלת לו עד שישליך השרץ" — דלכאורה, פאַרוואָס דאַרף ער ברענגען די דוגמא פון "טובל ושרץ בידו", ער האָט דאָך געקענט סתם זאָגן אַז וידוי אָן עזיבת החטא איז ניט מועיל. צוליב וואָס דאַרף ער ברענגען דוגמאות — ווייל מיט דער דוגמא וויל ער מבאר זיין דעם גדר תשובה (אַזוי ווי כמה וכמה הלכות, וואָס דער רמב"ם איז זיי מבאר דורך ברענגען דוגמאות):
אַזוי ווי "טובל ושרץ בידו" (שאין הטעם בזה משום חציצה), דאָס וואָס ער האַלט אַ שרץ בידו איז ניט קיין זייטיקע זאַך פון טומאה וואָס פּועל'ט אַז די טבילה זאָל ניט העלפן (אַזוי ווי חציצה, אָדער מחוסר זמן וכיו"ב, וואָס זיי זיינען ניט קיין
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור