English
ספרייה

ט"ו אלול

317

טאָן — יעדער איינער און איינע לויט זייערע פולסטע מעגלעכקייטן — אַלץ וואָס איז פון זיי אָפּהענגיג, כדי צו פאַרזיכערן, אַז די יערלעכע חגיגה זאָל דורכגעפירט ווערן בהצלחה גדולה, ניט נאָר ברוחניות נאָר אויך בגשמיות, פשוט צו שאַפן די נויטיגע פינאַנציעלע הילף פאַר דער ישיבה אָנצוגיין מיט איר הייליגער אַרבעט און דורכפירן די כוונה פון דעם מייסד הישיבה אין דער פולסטער מאָס, און דאָס מיינט אין אַן אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור.

השם יתברך זאָל העלפן יעדן איינעם און איינע צו דערפילן דאָס אויבנ­דערמאָנטע, און דאָס איז אויך אַ צנור און כלי למילוי משאלות לבבם לטובה ולברכה, פאַר זיך און די בני­בית שיחיו, אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

אנקומענדיק* אין ארץ ישראל וועט איר מסדר זיין מיט די הנהלות דהישיבות צו זיין ביים כותל המערבי און מערת המכפלה צו דאווענען מנחה און לערנען א ענין אין חסידות און נגלה: איר זאלט מיטנעמען א פושקע און געבן דארטן צדקה, דערנאך — לערנען א ענין אין חסידות פאר מנחה, און דערנאך דאווענען מנחה און דערנאך לערנען א ענין אין נגלה, אזוי אויכעט אין מערת המכפלה.

דערנאך (בירות"ו) וועט איר גיין אין צ"צ שול אין ירושלים עיר העתיקה און דארטן לערנען א ענין פון צ"צ אין נגלה און א ענין פון צ"צ אין חסידות.

מ'וועט אייך געבן צוויי שטרות, איינער געבן לצדקה ביים כותל המערבי, און דער צווייטער — במערת המכפלה.

(נטל ב' שטרות של עשר לירות ישראליות ונתן לכאו"א.)

אויך זאלט איר זיך צונויף רעדן מיט דער הנהלה אויף צו פארן אין די מושבי חב"ד: כפר חב"ד, כפר חב"ד שני, נחלת הר חב"ד, לוד, צפת, וכו',

איר זאלט מאכן א פארבריינגען אין יעדער ארט — מ'וועט אייך געבן דריי שטרות מ'זאל עס צוטיילן: האלב (השתתפות) די הוצאות פון דער התוועדות און האלב אויף צדקה דארטן, — איר וועט עס בייטן אויף פונטן, אדער פארקויפן,. . .

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-t410hbd4

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות