אגרת א'תרטו
ג' סיון, תשי"ב · ברוקלין.
איך האב באקומען א פדיון נפש פאר אייך, אין וועלכער איר שרייבט אז איר פילט ניט גוט אין געזונט, איר ליידט קאפ ווייטאג און ענליכעס:
ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך אייך מזכיר זיין צום גוטען געזונט, און אזוי ווי על פי רוב קומט דאס פון איבערטראכטען און ניערווען, דארפט איר זיך שטארקען אין אייער בטחון אין דעם בורא ברוך הוא וואס ער האט באשאפען און פירט אן די וועלט, אז ער ברוך הוא פירט אויך אן מיט אייערע זאכען, במילא דארפט איר ניט איבערטראכטען, ווארום זיכער וועט ער אייך פירן צום גוטען און געבען אייך אויך א בעסערונג אין געזונט, און וואס מער איר וועט זיך שטארקען אין אייער בטחון בהשם יתברך, אלץ געכער וועט דאס צואיילן צו קומען.
זעלבסט פארשטענדליך אז איר דארפט אנהאלטען אייער אויפפירונג אין די וועגען פון תורה ומצות, און מוסיף זיין אין דעם, דאס הייסט, מוסיף זיין אין די סכומים פון צדקה וואס איר גיט ביז יעצט און זאגען אלע טאג א קאפיטל תהלים, און פארן גיין שלאפען זאגען א פרשה פון קריאת שמע, און עס וואלט אויך גוט געווען אז איר זאלט בודק זיין די מזוזות אין אייער הויז, צי זיינען זיי אלע כשר'ה.
אין ערווארטונג צו א גוטע בשורה אז עס איז אייך בעסער און עס גייט צו נאך בעסער און ווינש אייך א פרייליכן יום טוב שבועות.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ו
- מזהה
- rh-2zk2er8h
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit