... הוו"ח ר'... שי' האט מיר איבערגעגעבן, אז איר אייער פרוי שיחיו פילן ניט אזוי גוט.
איר ביידע דארפט זיין בטוח אז איר וועט אנהויבען פילען בעסער, און בפרט אז מיר דערנעה[נ]טערן זיך צום יום טוב שבועות, דער זמן פון מתן תורתנו, וואס אין מדרש ווערט געבראכט, אז דענסטמאל בא מתן תורה זיינען אלע אידען געווארען געזונט, וואס דאס איז נאך א באווייז אויף דעם וואס ווערט געזאגט אין תורת הבעל שם טוב, אז השי"ת וויל אז מען זאל עם דינען אויך מיט דעם גוף, און ניט דורך מאטערען דעם גוף, נאר מען זאל דינען השי"ת מיט שמחה און גוטען געזונט און זיין איבערגעגעבען צו קיום התורה והמצות, און השם יתברך זאל אייך העלפען צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות מתוך בריאת הנכונה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub