הוספה - ביאורים באגרת התשובה
198
אין פ"ז "שהן ממש כע"ז וג"ע וש"ד"] — אַז אויך די תעניתים פאַר די עבירות (כאָטש אויף זיי איז ניטאָ קיין חיוב מיתה, אפילו ניט קיין מיתה בידי שמים), זאָל מען ניט פּודה זיין בצדקה, נאָר פאַסטן בפּועל.
און ער איז מפרש אַז די "שאר עונות כיוצא בהן" פאַר וועלכע מען דאַרף פאַסטן בפּועל, איז "כל לב יודע מרת נפשו וחפץ בהצדקה". — כ"מ פּשטות הסגנון דקאי רק אלפניו ולא גם אלפני פניו —
א. ס'איז דאָך אַ דבר הפּשוט, אַז עס רעדט זיך וועגן אַזעלכע עבירות ואָס דער מענטש איז "יודע", ער ווייס (און געדיינקט) אַז ער האָט זיי געטאָן: אויף עבירות וועלכע ער האָט פאַרגעסן, אָדער ער האָט מלכתחילה ניט געוואוסט פון זיי, וועט ער ניט פאַסטן (און אפילו ניט געבען קיין צדקה צוליב זיי). טאָ וואָס מיינט דער אַלטער רבי מיט די ווערטער "אשר כל לב יודע מרת נפשו"?
מען קען ניט זאָגן, אַז דער אַלטער רבי וויל דאָ מחדש זיין, אַז ער דאַרף פאַסטן בלויז אויף די עבירות וועלכע ער איז "יודע", ער געדיינקט זיכער אַז ער האָט זיי געטאָן, און ניט אויף די עבירות וועלכע ער געדיינקט ניט אויף זיכער, ווייל
א) די שאלה וועגן ספק אם עבר איז דאָך (א) ניט נוגע צום ענין "יחמיר על עצמו" וואָס ער רעדט דאָ: די שאלה איז דאָך אויך ווען ער וויל ניט מחמיר זיין (ווייל ער איז ניט קיין בעל נפש, אָדער בנוגע די עבירות וואָס מען דאַרף ניט מחמיר זיין אין זיי) צו פאַסטן דוקא, נאָר ער וויל פּודה זיין די תעניתים דורך צדקה. (ב) אויך אין דעם ענין פון "יחמיר על עצמו כו'", קען זיך שטעלן די שאלה ווען ס'איז אַ ספק אין די "עונות החמורים שחייבין עליהם מיתה". טאָ פאַרוואָס שטעלט ער אַריין דעם ענין דוקא ביים ענין פון "יחמיר כו'" און אין דעם גופא — ביי "עונות כיוצא בהן"?
ב) לפי פּירוש זה, פּאַסט דאָך ניט דער לשון "כל לב יודע כו'". דאדרבה: דאָ גופא רעדט ער דאָך וועגן אַזוינע וואָס ביי זיי איז אַ ספק און ווייסן ניט (און זאָגט אַז מספק דאַרף מען ניט מחמיר זיין). איז וואָס זאָגט ער "כל לב יודע כו'"?
ב. דער אָרט פון ידיעה איז אין מוח. פאַרוואָס זאָגט ער "לב יודע"? אמת טאַקע אַז ס'איז אַ לשון הפּסוק (משלי יד, יו"ד), ס'איז דאָך אָבער מובן, אַז דער אַלטער רבי איז ניט מעתיק סתם אַזוי לשונות פון פּסוקים. און פון דעם וואָס ער שרייבט דאָ דעם לשון "לב יודע" איז מוכרח אַז אים איז דאָ נוגע דער ענין פון לב יודע.
ג. אויך איז ניט מובן דער לשון "לב יודע מרת נפשו". דלכאורה, איז דאָך דאָ נוגע די ידיעה אַז ער האָט געטאָן די עבירות. וואָס איז דער דיוק "יודע מרת נפשו"?
ד. צוליב וואָס איז ער מוסיף "וחפץ בהצדקה": ער זאָגט דאָך שוין פריער בתחילת הענין אַז ער רעדט דאָ וועגן אַ "בעל נפש החפץ קרבת ה' לתקן נפשו כו'", היינט וואָס דאַרף ער מוסיף זיין נאָכאַמאָל "וחפץ בהצדקה"?
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-fth698r9
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.