הוספה - ביאורים באגרת התשובה
215
נבראים: אין שרש ההתהוות — איז די גאַנצע בריאה פון שם הוי', און אין די התהוות בפּועל — זיינען אויך נשמות יורד דורך די אותיות שבמאמר?
איז דאָך דער ביאור אין דעם, אַז אַלע נבראים, איז לאחרי שנתהוו, האָט זייער חיות ניט קיין שייכות צו שם הוי'. דער חיות וואָס האָט אַ שייכות צו זייער מציאות, איז בלויז דער חיות פון שם אלקים. משא"כ נשמות איז אויך לאחרי שירדו ע"י האותיות שבמאמר נעשה אדם זיינען זיי חלק שם הוי' ב"ה.
וואָס דאָס איז ער מבאר ווייטער מיטן "וביאור הענין", אַז אויך אין נשמות ווי זיי זיינען דאָ למטה מלובש אין אַ גוף, איז פאַראַן אין זיי די ד' אותיות פון שם הוי'. און פון דאָרט קומט חיותו — כולל חיות הגוף הגשמי והחומרי.
עא. וואו זעט מען אַז נבראים (לאחרי שנתהוו) זיינען שייך נאָר צו שם אלקים — איז אין די נבראים וואָס דער חיות אלקי איז אין זיי בהעלם, קען מען ניט זען אין זיי צו וואָס פאַר אַ חיות זיי זיינען שייך, היות אַז אין זיי זעט זיך ניט בגלוי זייער חיות (כפי שיונק משם אלקים או הוי').
דערפאַר זאָגט ער "ולכן נקראו המלאכים בשם אלקים": דאָס וואָס מלאכים נקראים — היינו בגלוי — בשם אלקים איז עס דאָך מצד דעם וואָס דער חיות אלקי שטייט אין זיי בגילוי (כנ"ל סעיף סט), און אעפּ"כ זעט מען אַז זיי הייסן בשם אלקים, ניט בשם הוי', ווייל זייער שייכות איז נאָר צו בחי' חיצוניות החיות.
און דאָס איז אויך דער טעם פון דעם וואָס ער ברענגט דריי פּסוקים אַז מלאכים ווערן אָנגערופן בשם אלקים — וואָס די דריי פּסוקים זיינען כנגד די דריי סוגים מלאכים שבג' עולמות בי"ע (כדלהלן סעיף עז) — ווייל דורך דעם בריינגט ער אַרויס ביידע קצוות:
א) אַז אפילו אין מלאכים דעשי' שטייט דער חיות בגילוי, וואָס דעריבער הייסן זיי אויך בשם אלקים. (און מצד דעם ענין האָבן זיי אַ מעלה אויף נשמות למטה).
ב) אַז אפילו מלאכים דבריאה האָבן אַ שייכות נאָר צו שם אלקים, חיצוניות החיות.
עב. עפּי"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ער זאָגט ווייטער "לפי שיניקת חיותם היא מבחי' חיצוניות כו'": פריער זאָגט ער "שנבראו מאין ליש וחיים וקיימים". דאָ ברענגט ער אַ פערטן ענין — ניט "שבריאתם", "שחיותם", "שקיומם", נאָר — "שיניקת חיותם".
ווייל דערמיט וויל ער מדגיש זיין אַז לאחרי שנתהוו איז אפילו די יניקה פון זייער חיות (דער אָרט פון וואַנעט זיי זיינען יונק זייער חיות) איז נאָר בחי' חיצוניות.
בשם אלקים בכתוב. . להתייצב גו':
עג. אין דעם וואָס דער אַלטער רבי זאָגט אַז די מלאכים ווערן אָנגערופן "בשם אלקים בכתוב" איז ניט מובן:
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-gyjpzckw
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.