English
ספרייה

אגרת א'תריד

ג' סיון, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, ג' סיון, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו ערהאלטען אייער בריף פון מוש"ק בה"ב, אין וועלכען איר שרייבט אז דורך... האט איר זיך באקאנט מיט חסידות חב"ד, און האט אנגעהויבען צו לערנען תורת החסידות, און בעט צו פאררעכנען אייך צום קהל חסידי חב"ד:

עס האט מיך געפרייט דאס אלעס אויבען געזאגטע, און אויף דעם שטייט געשריבען אין די ספרים הקדושים, אז א איד וויל זיך פירן און גוטען וועג אויף א אמת, העלפט עם השי"ת, ובפרט א ענין וועלכער איז פארבונדען מיט תורה וואס אויף דעם איז געזאגט געווארען יגעתי ומצאתי תאמין, און בפרט תורת החסידות, וואס אין אונזערע יעצטיקע צייטען פון דעם גלות כפול ומכופל זיינען זייער נויטיג ענינים וועלכע בריינגען צו אהבת השם ויראת ה' און צו עבדו את ה' בשמחה, וואס די אלע זיינען די יסודות פון תורת החסידות.

איך האף אז לויט די אנווייזונג פון רז"ל וואס זיי האבען געזאגט אז מעלין בקדש כו' וכל המוסיף מוסיפין לו, וועט איר אויך מוסיף זיין אין די שיעורים פון תורה בכלל און בתורת החסידות בפרט, און וועט זעהן אויך צו באטייליגען זיך אין די חסידישע צוזאמענקו[נ]פטן סיי א צוזאמענקונפט פון לערנען און סיי א פארבריינגען פון חסידים וועלכע זאל פארשטארקען אהבת ישראל אהבת התורה ואהבת השי"ת, וואס דאס אלעס וועט אייך געבען א צוגאב חיות אין תורה עבודה וגמילות חסדים,

זיכער ווייסט איר וועגען די דריי שיעורים וועלכע מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט מתקן געווען פאר אלע אידען, וואס דאס איז די שיעורים פון חומש תהלים ותניא אלע טאג, און האלט זיי אן.

בברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ו
מזהה
rh-sftmkpd3

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit1614