English
ספרייה

אגרת ב'נא

י"ב אדר, תשי"ג · ברוקלין.

ב"ה, י"ב אדר, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב נאר וואס באקומען אייער בריף פון ח' אדר, אין וועלכען איר שרייבט בנוגע צו א שידוך אז איר זעט אז בדרך הטבע איז דאס אוממעגלעך. איז דאס ניט קיין נייעס ווארום עס איז שוין געזאגט געווארען, אז קשה לזווגם כקריעת ים סוף, און עס איז דאך באוואוסט די גרויסקייט פון דעם קריעת ים סוף נס, און דאך איז מנהג העולם אז מען געפינט א שידוך, מען האט חתונה ובונים בנין עדי עד. און דאס זעלבע וועט זיין בא אייך אויך. נאר איר דארפט מסיח דעת זיין פון די אלע שוועריגקייטען וועלכע זיינען פראן אין דעם און א החלטה טובה דארף זיין בא אייך אז דאס איז א מצוה פון די מצות התורה, און הקב"ה אין בא בטרוניא עם בריותיו, איז וויבאלד הקב"ה מאנט אז מען זאל מקיים זיין די מצוה, וועט הקב"ה פון זיין זייט מזווג זיין אייך אין דער פאסיגער צייט.

נאר אזוי ווי אלע זאכען דארפען האבען א אנהאלט אין טבע, וכמרז"ל - איז דרכו של איש לחזור אחר אשה. און בכדי אויף צואיילען דאס, זאלט איר נעמען אויף זיך - בלי נדר - צו געבען יעדער טאג פארן דאוונען אין דער פריה א פראנק אויף צדקה און זעלבסטפארשטענדלעך צו אפהיטען די דריי שיעורים אלע טאג מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בחומש תהלים ותניא הידועים.

בברכה המחכה לבשו"ט בהנ"ל.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ז
מזהה
rh-th2z6bwr

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit2051