אגרת א'תתמה
י"ד אלול, תשי"ב · ברוקלין.
איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ה' אלול, אין וועלכען איר שרייבט אז איר זייט שוין ארויס פון האספיטאל און געפינט זיך שוין אין דערהיים און אז אייער געזונט האט זיך פיל געבעסערט, און השי"ת זאל העלפען אז עס זאל גיין וואס ווייטער אלץ בעסער און זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות אויך אין רוחניות.
דאס וואס איר שרייבט אז איר האט גענומען אויף זיך צו אריינגיין אין דער מחנה חב"ד סיי אינערליך און סיי אויסערליך, צו אננעמען דעם פסק דין פון אדמו"ר הצמח צדק בנוגע דעם צלם אלקים און ניט אראפנעמען די י"ג תקוני דיקנא, וואס ווי עס ווערט ערקלערט אין זהר קבלה און חסידות, זיינען זיי די צנורות רוחניים דורך וועלכע השי"ת איז ממשיך תוספת ברכה אין דעם וואס מען באדארף, זאג איך אייך יישר כחו וחילו פאר דער החלטה, והבא לטהר מסייעין אותו און געוויס וועט איר האבען א סיוע מלמעלה אויף ניט נתפעל ווערען פון די וואס לאכן אפ, וואס דאס איז דער יסוד און התחלה פון אלע פיר חלקי שולחן ערוך, אין דעם ערשטען חלק פון שו"ע אורח חיים אין דעם ערשטען סימן וסעיף שטייט: ואל יבוש מפני המלעיגים, און השי"ת זאל אייך העלפען אז בקרוב ממש זאל געבעסערט ווערען אייער מצה הפרנסה, והשי"ת ימלא ימי הריונה של זוגתו תחי' כשורה ובנקל ותלד זחו"ק בקל,
נ"ב: בייגעלייגט איז א סקריפ לצרכיו הפרטים.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ו
- מזהה
- rh-ygyg582m
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit