אגרת ב'קנו
כ"ט סיון, תשי"ג · הרבנית מרת חי' שרה תחי'
מיט צופרידענהייט האב איך באקומען אייער בריף פון יום ג' אין וועלכען איר שרייבט, אז די קומענדע וואך מיטוואך וועט פארקומען דער אפשלוס מיטינג פון די אגודת נשי ובנות חב"ד סניף שיקאגא, און בייגעלייגט איז דא מיינער א בריף צו די אגודת נשי ובנות חב"ד, וועלכען איר וועט געוויס פארלייענען בא דעם מיטינג. און מעגליך אז עס וועט נאך זיין אויך צייט צו אפשיקען צו אייך דעם המשך רשימות כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועגען זיין מאסר (וועלכער דרוקט זיך יעצט).
עס וואלט גלייך געווען לכל הפחות בקיצור דערציילען די פארזאמעלטע וועגען דעם חג הגאולה. און ווי דער רצון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר איז שטענדיג געווען, אז עס זאל ניט בלייבען באם סיפור אליין, נאר שליסען פון דעם א אויספיר בהנוגע צו חיזוק אין תורה און מצות. און בפרט בא פרויען, וועלכע קענען האבען א גרויסע השפעה אויף די מענער און די קינדער. זעלבסט פארשטענדלעך, איז ניט אלע ערטער און ניט אלע פרויען זיינען גלייך אין דעם, וואס מען דארף פאדערען פון זיי, אבער מען קען אלעמאל געפינען זאכען וועגען וועלכע מען קען און מען דארף ריידען וועגען זיי אין יעדער ארט און צו יעדער פרוי, און ווען מען רעט וועגען דעם, קען מען האפען אויך אף גוטע רעזולטאטען לפועל ממש.
בברכת הצלחה לכל החבירות הן ובני ביתן - שי' - כל אחת ואחת בהמצטרך לה.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ז
- מזהה
- rh-yx1rx8ry
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit