הוספה - ביאורים באגרת התשובה
פרק ג
פרק ג
אכן כל זה באדם חזק ובריא כו'מד:
לח. לויט ווי מען לערנט אין פּשטות, קומט אויס, אַז "בדורותינו אלה" וואָס די ריבוי הצומות זיינען מזיק, פעלן די ענינים וועלכע דאַרפן זיך אויפטאָן דורך די תעניתים. (ואעפּ"י אַז ס'איז פאַראַן די עצה פון "וחטאך בצדקה פרוק" ווי ער זאָגט ווייטער, פונדעסטוועגן, טוט זיך ניט אויף דורך צדקה די זעלבע ענינים ממש ווי דורך תעניתים, וואָס דערפאַר איז "כל בעל נפש כו' יחמיר על עצמו להשלים כו' מספר הצומות כו'").
אין אמת'ן אָבער — וויבאַלד דער אויבערשטער איז מהוה שטענדיק די בריאה מאין ליש (כמבואר בארוכה בשעהיוה"א בתחלתו), און די כוונת הבריאה איז בשביל ישראל ובשביל התורה (רש"י ר"פ בראשית), קען דאָך במילא ניט זיין אַז עס זאָל זיין אַ מציאות אין דער בריאה וואָס זאָל שטערן ח"ו צו די ענינים פון תורה; עס קען דאָך ניט זיין אַז דער אויבערשטער זאָל באַשאַפן אַ מציאות בעולם וואָס זאָל ניט צולאָזן (גם כשהאדם יבחור בטוב כו') דעם "ונרצה לו" (וואָס טוט זיך אויף דורך קרבנות אָדער דורך תעניתים וואָס במקום קרבנות).
וואָס דאָס איז אפילו בנוגע צו אַ יחיד. וואָרום וויבאַלד אַז "כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם"מה די גאַנצע וועלט מיט כל הפּרטים שבה — "העולם", איז באַשאַפן געוואָרן — און עס האַלט אין איין באַשאַפן ווערן תמיד — צוליב אָטאָ דעם אידן, אַז ער (דער איש פּרטי) זאָל קענען דורכפירן זיין תפקיד, איז דאָך ניט שייך אַז עס זאָל זיין אַ מציאות בעולם וואָס זאָל אים מונע זיין מלמלא את תפקידו, היפּך פון "בשבילי נברא העולם".
ומה דאָך אַז בנוגע צו אַ יחיד איז אַזוי, איז דאָך במכ"ש בנוגע צו כלל ישראל, ובמשך של כמה דורות. וואָס במילא מובן, אַז מען קען ניט זאָגן, אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן אַזאַ מציאות וואָס זאָל ניט צולאָזן אַלע אידן ש"בדורותינו אלה" צום "ונרצה לו".
לט. עפּי"ז וועט אויך ווערן מבואר אין די קשיא וואָס מען פרעגט אין די דרושי
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-zapree49
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.