English
ספרייה

אגרת ג'תרט

ג' תמוז, תשט"ו · מרת רחל תחי'

ב"ה, ג' תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

מרת רחל תחי'

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ט סיון, אין וועלכען איר שרייבט וועגען די פרויען אסיפות פאר א ליינגערער צייט וועלכע זיינען געווען בהצלחה, און דער עיקר אז עס זיינען צוגעקומען נייע חבירות, און איך האף אז מען וועט זיך ניט באנוגענען מיט דעם ביז איצטיקען פארמאט און מען וועט טאן אויף צו פארגרעסערען דאס סי אין צאל פון חבירות און סיי אין דעם אינהאלט, און מען זעהט דאך אז ווען מען וויל אויף א אמת און מען טוט מיט דער געהעריגער ענערגיע, גיט השם יתברך הצלחה למעלה מדרך הטבע.

וועגען דעם פארשלאג אז בא יעדער אסיפה זאל זיין א געלט זאמלונג - חאטש א קליינע סומע - איז אין אזעלכע זאכען דארפמען זיין זייער אויסגעהיט, בכדי ניט אפשרעקין אזעלכע פרויען וואס צייטענווייז איז אפילו א קליינע סומע ניט אזוי פריי בא זיי, און אויך אויף צו באווארענען עס זאל ניט באקומען קיין חאראקטער פון א געלט זאמלונג אינסטיטוציע, וואס צייטענווייז ווארפט דאס א אום חן אויף דער גאנצער ארבעט, און איך רעכין אז אויב מען דארף א געוויסע סומע אויף אויסגאבען, איז פון מערערע שטאנדפונקטען בעסער צו איינארדנען איינמאל א אסיפה פאר דעם צוועק, אבער ניט אז יעדער אסיפה זאל זיין פארבונדען מיט געלט זאמלונג.

בייגעלייגט איז דא א העתק מכתבי כללי צו אגודת נשי ובנות חב"ד, און איך האף אז איר וועט געפינען א געלעגענהייט צו איבערגעבען דעם בריף אינגאנצען אדער דעם אינהאלט פון עם, צו די חבירות פון אייער פארזאמלונג, וואס באמת זיינען אויף זיי אין דעם כלל, און אויב אפילו לויט אייער שרייבען האט אייער צוזאמענקונפט א אנדער נאמען, איז דאך ניט דער נאמען דער עיקר, נאר דער אינהאלט.

בברכת הצלחה ולבשו"ט בכל הנ"ל ומובן גם ע"ד עצמה בעלה ובניהם שיחיו,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-mqq5knbw

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit3609