אגרת ג'תשסד
י"ב אלול, תשט"ו · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יו"ד אלול.
לויט אייער בקשה וועט מען מזכיר זיין אייך ביידען און אויך אייערע קינדער שיחיו אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום געזונט און פרנסה און צו שלום צווישען אייך אלעמען.
מען האט געדארפט בודק זיין (אפטשעקין) די מזוזות אין אייער וואהנונג אז אלע זאלען זיין כשר'ה ווי דער דין איז, און אויך בודק זיין אייערע תפילין, און אויך יעדער וואכען טאג פארן דאוונען געבען א פאר סענט אויף צדקה און נאכן דאוונען יעדער טאג זאגען לכל הפחות איין קאפיטל תהלים.
דאס וואס איר שרייבט וועגען דער באציהונג פון די קינדער צו די עלטערן, וועלכע איז ניט ווי געהעריג, דארפמען אויסגעפינען, צי איז דאס ניט ווי אין מערערע פאלען אזעלכע, וואס די עלטערען האבען ניט אפגעהיט טהרת המשפחה זיינער צייט ווען די קינדער זיינען געבארען געווארען, און אויב דאס איז ח"ו דער פאל, דארפען די עלטערען אננעמען א פעסטען באשלוס צו טאן אלעס וואס נאר מעגליך אז זייערע פריינד און באקאנטע זאלען אפהיטען און שטארקען זיך אין דער מצוה, וואס דאס פארריכט אין א געוויסער מאס די גרויסע עבירה וואס די עלטערען האבען געטאן - מיט ניט אפהיטען טהרת המשפחה - געגען זיך און געגען זייערע קינדער. און בפרט אז השם יתברך זעהט אז זיי די עלטערען האבען אויף א אמת חרטה און זעהען צו באווארענען זיך און אויסהיטען אנדערע פון דעם און שטארקן זיי צו גיין בדרך התורה.
אין דעם וואס איר שרייבט אז אייער פרוי גייט אריין די טעג אין האספיטאל אויף אבסערוואציע, הנה יהי רצון אז עס זאל זיין אין א גוטער גליקליכער שעה און עס זאל זיין אלץ בהצלחה, און ביז זי וועט ארויסגיין פון דארטען, זאל זי יעדער וואכען טאג געבען א פאר סענט אין א צדקה פושקע, והשם יתברך זאל אייך באגליקען צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען געזאגט.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יא
- מזהה
- rh-xw66at1v
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit