אגרת ג'תרכד
ט' תמוז, תשט"ו · ברוקלין.
צו די אנקומענדע טעג פון י"ב וי"ג תמוז, גאולת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וגאולתנו ופדות נפשנו, ווי עס איז באוואוסט דער ביאור אין דעם, אז ווען מען הויבט אויף די קאפ איז בדרך ממילא ווערט דער גאנצער גוף אפילו די פיס אויך דערהויבען:
זאל השי"ת העלפען אז עס זאלען פארקלענערט און דאן אראפגענומען ווערען אלע העלמות והסתרים סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מען זאל קענען אויסניצען די כחות און מעגליכקייטען וואס השי"ת גיט, אינגאצען און דורכאויס אויף דעם ועשה טוב און ניט אפילו טיילווייז אויף דעם סור מרע, אויף מלחמה וביטול פון די דברים המבלבלים הסתרים העלמות און הגבלות.
בייגעלייגט איז דא חוברת רשימת המאסר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועלכע איז א המשך צו די פריערדיקע רשימות וועלכע זיינען געדרוקט געווארען אין די פאריגע יארען, און זיכער וועט איר מזכה זיין מיט דעם תוכן פון דער רשימה וואו איר קענט נאר גרייכען, וזכות הרבים תלוי בו.
בלי נדר, רעכינט מען דא, צוה האבען א התועדות סיי שבת קדש הבע"ל, און אויך אויף מארגען זונטאג, און האפענטליך אז אנ"ש בכל מקום שהם וועלען אויך אזוי טאן, און ווען אידען זיינען בשמחה און מן הסתם רעט מען אויך א תורה ענין, איז דאך דאס שמחה של מצוה וועלכעס איז א סגולה צנור וכלי צו דעם אלץ וואס מען נויטיגט זיך ביז די גילוים היותר נעלים, זעה אויך תורה אור כ, ב.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק יא
- מזהה
- rh-4dme8pr6
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit