English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ט'תרצב

ב"ה, ראש חודש סיון, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

צו די באַטייליגטע אין דער יערלעכער אונטערנעמונג פון נ.י. קאָמיטע פאַר דעם סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו

ה' עליהן תחיינה

עס איז אונטערשטראָכן געוואָרן אין דעם כללות'דיגען בריוו צום היינטיגען כינוס פון נשי ובנות חב"ד, אַז אידישע פרויען זיינען באַשאָנקען געוואָרן מיט אַ ספעציעלע אחריות, און גלייכצייטיג אויך מיט ספעציעלע כוחות, סיי אין קו פון סור מרע און סיי אין קו פון עשה טוב.

דעריבער איז פאַרשטענדלעך, אַז כדי צו קענען דערפילן די ספּעציעלע אויפגאַבע, דאַרף די דערציאונג פון אידישע טעכטער זיך אָנהויבן גאָר פון דער פריסטער יוגנד. אויב דאָס איז געווען נויטווענדיג אין אַלע צייטן, איז די דאָזיגע נויטווענדיקייט נאָך ערנסטער און דרינגנדער אין אונזער צייט, ווען אין דרויסן בושעווען שעדלעכע ווינטן און אומגעוואונשענע השפעות.

דאָס אונטערשטרייכט נאָך מער די וויכטיקייט פון דער אַרבעט פון דער נ.י. קאָמיטי פאַר דעם סעמינאַר למורות און די מיידל שולן אין כפר חב"ד, בארצנו הקדושה תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו; און די אַרבעט דאַרף פאָרגעזעצט ווערן מיט פאַרגרעסערטע און פאַרשטאַרקטע כוחות, כדי צו דערמעגלעכן די דאָזיגע מוסדות חינוך על טהרת הקודש אָנצוגיין מיט זייער ערציאונגס אַרבעט אין שטייגענדער מאָס.

השם יתברך זאָל באַגליקן אייער אַרבעט, און דאָס וועט אויך ברענגען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַ פאַרגרעסערטע מאָס צו אַלע באַטייליגטע און אָנטיילנעמער אין דער אַרבעט פון דער קאָמיטי בכלל און אין דער איצטיגער אונטערנעמונג בפרט, פאַר זיי און זייערע בני-בית שיחיו אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה און אַ פריילעכן יום-טוב פון קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-knj96q2g

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit9692