אגרות קודש
אגרת ט'תרכט
מען האָט מיר איבערגעגעבן וועגן אייער געזונט-צושטאַנד, און איך וועל אייך מזכיר זיין לרפואה אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר.
אַזוי ווי אונזער הייליגע תורה זאָגט אָן, אַז מ'דאַרף אויספאָלגן די אָנווייזונגען פון אַ רופא (מומחה), און ווי עס שטייט אין פסוק ורפא ירפא, דאָס הייסט אַז דער [רופא] באַקומט מלמעלה אַ רשות און כוח צו היילן, איז זיכער וועט איר אויך אויספאָלגן די אויבנדערמאָנטע תורה- אָנווייזונג, און טאָן לויט דער עצה און ראַט פון די דאָקטוירים וואָס באַהאַנדלען אייך, און דער אויבערשטער זאָל אייך בענטשן און מצליח זיין אַז עס זאָל זיין מיט הצלחה.
בפרט אַז מיר קומען איצט פון די חנוכה-טעג, וואָס ברענגען ליכטיקייט און מזל צו אידן, מענער און פרויען, און ווי אונזערע חכמים ז"ל זאָגן, אַף הן היו באותו הנס.
מיט וואונש צו גוטע בשורות אין אַלעס אויבנדערמאָנטע.
עס איז כדאי בודק זיין (אָפּצוטשעקן) די מזוזות אויב מ'האָט עס ניט געטאָן אין די לעצטע צוועלף חדשים. מסתם זייט איר זיך אויך נוהג צו מפריש זיין אַ מטבע אויף צדקה פאַר ליכט-צינדן.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק כו
- מזהה
- rh-ce7xdp03
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit