English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

200

מט. קען מען דאָך אָבער פרעגן: דער דין בנוגע יו"כ איז דאָך וועגן אַן ענין של אכילה, וואָס איז אַן ענין מוחשי. איז אין אַזאַ זאַך פאַרשטאַנדיק אַז דער לב (וואָס אין אים איז נאחז דער עצם הנפש) פילט דאָס. משא"כ בנדו"ד, וואָס עס רעדט זיך וועגן אַן ענין רוחני, איז כאטש טאַקע אַז מצד דעם נפש האלקית איז ער יודע, וויבאַלד אָבער אַז דער נפה"א איז דאָך ביי אים בהעלם, וואָס דעריבער איז ער דורכגעפאַלן אין אַ חטא (ביז אפילו אין אַ חטא וואָס איז כיוצא בם פון עונות שחייבין עליהם מיתה), היינט ווי קען מען זיך פאַרלאָזן אויף זיין ידיעה?

אויף דעם זאָגט דער אַלטער רבי "כל לב יודע כו'", אַז יעדער אידישע האַרץ פילט דאָס. וכפּסק הרמב"ם (הל' גרושין ספּ"ב) אַז יעדער איד, אפילו דער וואָס "תקפו יצרו הרע לבטל מצוה או לעשות עבירה" ביז מען דאַרף אָנקומען אַז גוים זאָלן אים כופה זיין צו מקיים זיין די מצוה, איז ער בעת מעשה "רוצה לעשות כל המצות". עס איז מער ניט וואָס ער ווייס דערפון ניט, און דעריבער איז אפילו לאחרי הכפי' ווען ער איז מסכים צו טאָן די מצוה, זאָגט ער "רוצה אני" (און ניט "חפץנט אני").

בעת אָבער ער ווערט נתעורר בתשובה, וואָס "עיקר התשובה בלב" (תניא ח"א פכ"ט (לו, ב). וראה גם לעיל פ"א: שיגמור בלבו), אפילו נאָך איידער ער האָט געטאָן די ענינים "שיהי' לרצון לפני ה'", און נאָך אפילו איידער "עשה תשובה שלימה", ער האָט בלויז גומר בלבו געווען לבל ישוב עוד לכסלה,

[ומכ"ש בנדו"ד אַז ער האָט שוין געטאָן תשובה שלימה, און זוכט שוין ער זאָל ווערן מרוצה וחביב לפניו ית'. ובפרט אַז ער איז זיך ניט מסתפּק מיט "וחטאך בצדקה פּרוק" און וויל "לתקן נפשו להשיבה אל ה' בתשובה מעולה מן המובחר"]

ווערט ביי אים נתעורר די נקודה עצמית שבלב, וואָס מצד איר זיינען די ענינים של רע (— "מרת נפשו") נוגע בפנימיותו — "לב יודע", און די הצדקת הנפש וויל ער בפנימיות — "וחפץ בהצדקה", ובמילא קען מען זיך פאַרלאָזן אויף אים, וואָרום ס'איז ניט שייך קיין טעות אין ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט עצם.

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-7yywqp39

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות