הוספה - ביאורים באגרת התשובה
פרק ד
פרק ד
וגם מ"ש בזוה"ק. . תשובה עילאה וכו':
נו"ן. אין פּ"ד בתחלתו ברענגט דער אַלטער רבי וואָס עס שטייט אין זהר אַז אין תשובה זיינען פאַראַן צוויי מדריגות: תשובה תתאה און תשובה עילאה. און בהמשך צו דעם ברענגט ער אויך וואָס עס שטייט אין זהר אַז "אין תשובה מועלת לפוגם בריתו כו'", און פרעגט אויף דעם: ס'איז דאָך "אין לך דבר עומד בפני התשובה"? און פאַרענטפערט: "ופי' בר"ח שכוונת הזהר שאין מועלת תשובה תתאה כ"א תשובה עילאה וכו'".
דאַרף מען פאַרשטיין: מיטן ברענגען דעם זהר "שאין תשובה מועלת לפוגם בריתו כו'" איז דאָך דער אַלטער רבי אויסן אַז צוליב פּגם הברית מוז מען אָנקומען צו תשו"ע (כפירוש הר"ח)
[וואָס דאָס איז אים נוגע צו דער הסברה אַז דער ענין פון תשו"ע איז "דיתעסק באורייתא" (וואָס דעריבער מוז מען אָנקומען לתקן פּגם הברית צו תשו"ע, ווייל וויבאַלד אַז די עבירה איז פּוגם במוח, איז דער תיקון אויף דעם "דיתעסק באורייתא דמחכמה נפקא", כדלהלן פ"ט)]
טאָ צוליב וואָס דאַרף ער שרייבן אַזאַ אריכות [פריער — ברענגען דעם זהר אַז, אין תשובה מועלת כו'", דערנאָך — פרעגן אויף דעם "והוא דבר תמוה מאד כו'", און ערשט דערנאָך ברענגען דעם פּירוש פון ר"ח], ער האָט דאָך געקענט שרייבן בקיצור: "וגם מ"ש בר"ח עפ"י זוה"ק שאין תשו"ת מועלת לפוגם בריתו ומוציא ז"ל כ"א תשו"ע וכו'"?
מיט'ן ברענגען דעם מאמר הזהר "שאין תשובה מועלת כו'" — אעפ"י אַז תשובה עילאה איז יע מועלת — איז דער אַלטער רבי אויסן צו ווייזן אַז תשובה סתם איז תשובה תתאה. וואָס דערפאַר זאָגט דער זהר "שאין תשובה מועלת", ווייל תשובה סתם (וואָס דאָס איז תשו"ת) איז אינה מועלת.
וואָס איז נוגע דעם אַלטן רבי'ן להשמיענו אַז תשובה סתם איז תשובה תתאה?
כאמור לעיל (סעיף לה. וש"נ) אַז מיט'ן אגה"ת וויל דער אַלטער רבי אַרויסברענגען ווי ס'איז "קרוב מאד" פאַר יעדער אידן צוקומען צו תשובה. און וויבאַלד אַז אויף פּגם הברית דאַרף מען אָנקומען צו תשובה עילאה, קען זיך דאָך שטעלן די שאלה: תשובה עילאה איז אַ הויכע מדריגה, שאינה בנקל כ"כ, איז ווי איז "קרוב מאד" פאַר יעדער אידן צו מתקן זיין דעם חטא פון פּגם הברית?
דעריבער ברענגט דער אַלטער רבי אַז אין דעם זהר גופא וואו עס שטייט (לפי פּירוש הר"ח) אַז תשו"ת העלפט ניט לפוגם בריתו, איז דאָרט גופא רופט ער אָן
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-ejnxxf3f
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.