הוספה - ביאורים באגרת התשובה
208
מען קען ניט זאָגן, אַז מיט דער הוספה מיינט ער צו מדגיש זיין דעם דיוק הכתוב "חלק הוי' עמו" אַז אידן זיינען (ניט סתם אַ חלק פון אויבערשטן נאָר) אַ חלק פון שם הוי' [וואָס די הדגשה איז אים נוגע צום ענין וואָס ער רעדט ווייטער אַז נשמות נעמען זיך פון "ויפּח", וואָס "מאן דנפח מתוכו נפח". און דעריבער איז אים נוגע צו מדגיש זיין אַז אידן זיינען אַ חלק פון שם הוי' ב"ה, ווייל, ווי ער זאָגט ווייטער, איז "שם הוי' מורה על פנימיות החיות"]
ווייל, צוליב דעם וואָלט געווען מספּיק ער זאָל זאָגן "חלק מהוי' ב"ה". און וויבאַלד אַז ברענגענדיק דעם פּסוק שרייבט ער "כי חלק ה' עמו" און פאַרטייטשט "חלק מהוי' ב"ה", איז שוין גענוג קלאָר אַז ער מיינט דאָ (ניט סתם אַ חלק פון אויבערשטן, נאָר) אַ חלק פון די מדריגה דוקא אין אלקות, וועלכע ווערט אָנגערופן הוי'.
פון דעם וואָס ער שרייבט "חלק משם הוי' ב"ה" איז קלאָר אַז ער מיינט צו מדגיש זיין דעם ענין פון שם. ס'איז אָבער ניט מובן: (א) הוי' איז איינער פון די ז' שמות, טאָ וואָס איז דאָ דער אַלטער רבי מחדש מיט זיין אָפּטייטש "חלק משם הוי' ב"ה"? (ב) וואָס איז נוגע צו דעם ענין וואָס ער רעדט אין דעם פּרק צו מדגיש זיין "שם הוי'"?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער: דער פּסוק כי חלק הוי' עמו ברענגט ער דאָך דאָ צוליב מבאר זיין די הויכקייט פון נשמות ישראל אַז זיי נעמען זיך פון פּנימיות החיות (ניט ווי אַלע נבראים און אפילו מלאכים וואָס נעמען זיך פון חיצוניות החיות — שם אלקים), טאָ וואָס איז אים נוגע צו מדגיש זיין "חלק משם הוי' ב"ה", וואָס "שם" מיינט אַ הארה בלבד?
סא. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ קשיא:
דער ענין אַז נשמות ישראל נעמען זיך פון "ויפּח", וואָס "מאן דנפח מתוכי' נפח", שרייבט שוין דער אַלטער רבי אין תניא פריער — אין ערשטן חלק רפ"ב. און דאָרט ברענגט ער ניט דעם פּסוק "כי חלק הוי' עמו". ולכאורה, וויבאַלד אַז דער ענין פון "ויפּח" אַז נשמות נעמען זיך פון פּנימיות, איז מיוסד אויפן פּסוק "כי חלק הוי' עמו" (וואָס דעריבער הויבט ער אָן אין אגה"ת כאן מיט דעם פּסוק, און ערשט דערנאָך ברענגט ער "כדכתיב ויפּח כו'"), האָט ער דאָך געדאַרפט ברענגען דעם פּסוק אויך ביים ערשטן מאָל (ח"א רפ"ב) וואו ער רעדט אַז נשמות נעמען זיך פון פּנימיות?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער: אין ערשטן חלק פון תניא (שם) הויבט ער אָן: "ונפש השנית בישראל היא חלק אלוקה ממעל ממש". און אויף דעם ברענגט ער אַ ראי' — "כמ"ש ויפּח באפּיו כו'". איז דאָך ניט מובן: "אלוקה" מיט "הוי'" זיינען צוויי באַזונדערע שמות, און הוי' איז העכער פון אלוקה, כידוע אַז שם הוי' איז שם המיוחד און שם העצם, טאָ ווי שטימען ביידע ענינים: אין אגה"ת זאָגט ער אַז
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-tydv6wfh
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.