הוספה - ביאורים באגרת התשובה
209
דער "ויפּח" (פון וואַנעט עס נעמען זיך נשמות) איז "הוי'" און אין ערשטן חלק — אַז דער "ויפּח" איז "אלוקה"?
אין "הוי'" זיינען פאַראַן בכללות צוויי מדריגות: (א) ווי ער איז איינער פון די ז' שמות שאינם נמחקים, נאָר צווישן די שמות גופא איז ער דער שם המיוחד. (ב) ווי ער איז העכער פון בחינת שם. וכידוע וואָס עס שטייט (ראה של"ה בהקדמה ה, א) אַז ס'איז דאָ אַ מדריגה אין הוי' שאין בו אותיות כלל.
און דעריבער איז דער אַלטער רבי מפרש "חלק משם הוי' ב"ה", אַז דער פּירוש הכתוב "חלק הוי' עמו" איז, אַז נשמות זיינען אַ חלק (ניט פון די מדריגה אין הוי' ווי ער איז למעלה מבחי' שם, נאָר) פון שם הוי'.
ועפּי"ז מובן ווי דער ענין המבואר בח"א רפ"ב איז ניט סותר צום ענין המבואר באגה"ת כאן, ווייל אויך "חלק אלוקה ממעל" ווייזט אויף אַ דרגא נעלית ביותר. ווי דער צ"צ איז מבאר אין זיינע הגהות אויף תניא (קיצורים והערות ס"ע עב ואילך) דעם פּירוש פון "חלק", פון "אלוקה" און פון "ממעל". ולאידך גיסא: אויך "חלק הוי' עמו" מיינט אַ חלק פון "שם הוי'". ובמילא קומט אויס אַז אין ביידע ערטער רעדט ער טאַקע די זעלבע מדריגה. (און ווי דער צ"צ פאַרבינדט אין זיינע הגהות שם דעם ענין פון "חלק אלוקה ממעל" מיט "חלק הוי' עמו").
ועפּי"ז איז אויך מובן וואָס אין אגה"ת ברענגט ער דעם פּסוק (דברים לב, ט) כי חלק הוי' עמו, און אין ערשטן חלק פון תניא באַנוצט ער זיך מיטן לשון הפּסוק (איוב לא, ב) חלק אלוקה ממעל: אין אגה"ת, וויבאַלד אים איז נוגע דער ענין פון שם הוי' (כדלהלן), ברענגט ער דעריבער דעם פּסוק "כי חלק הוי' עמו". ובכדי עס זאָל ניט זיין קיין טעות בהכוונה — טייטשט ער אָפּ "חלק משם הוי' ב"ה". משא"כ אין ערשטן חלק וואו אים איז נוגע (ניט דער ענין פון שם הוי', נאָר בלויז) אַז נשמות נעמען זיך פון בחי' פּנימיות, באַנוצט ער זיך מיטן לשון "חלק אלוקה ממעל".
סג. ווייטער אין זעלבן פּרק, נאָך דעם וואָס ער זאָגט "שם הוי' מורה על פּנימיות החיות שהיא למעלה מעלה מבחי' האותיות", הויבט ער אָן: "וביאור הענין כו'" און ער איז מבאר אַז די שייכות פון נשמות צו שם הוי' איז (ניט נאָר מצד דעם כללות שם הוי', וואָס ער איז מורה על פּנימיות, נאָר אויך) אַז אין נשמות זיינען פאַראַן אַלע ד' אותיות פון שם הוי'.
וואָס דאָס קומט אַלס הקדמה צום ענין וואָס ער רעדט אין די ווייטערדיקע פּרקים, אַז דורך אַ חטא איז מען פּוגם אין אַלע ד' אותיות פון שם הוי' (ספ"ז. וראה לעיל סעיף יד, שבכל חטא פּוגמים בכל ד' האותיות), וואָרום וויבאַלד אַז אין דעם אידן זיינען דאָ אַלע ד' אותיות, איז ער במילא מוריד דורך זיין מעשה החטא (וואָס יעדער מעשה איז פאַרבונדן מיט כל כחות נפשו, כנ"ל שם) אַלע ד' אותיות.
און דעריבער איז אים נוגע צו מדגיש זיין "חלק משם הוי' ב"ה", ווייל דער ענין
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-emzdw0y8
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.