English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

217

א) אלקים איז מלשון כח. און דעריבער הייסן מלאכים אלקים, ווייל אַ מלאך איז "בעל כח רב". וואָס מטעם זה הייסן אויך דיינים אלקים.

ב) מלאכים זיינען דעם אויבערשטנס שלוחים. און וויבאַלד אַ שליח איז בטל צום משלח, דעריבער הייסן זיי אלקים — בשם המשלחעח (עד שבשעת השליחות נקרא לפעמים ג"כ בשם הוי' — תניא (קו"א קנט, א) "שכל מלאך שהוא שליח מלמעלה אזי נקרא בשם הוי' ממש השוכן בקרבו").

ולשני הפי' — אין ראי' לנדו"ד שבאגה"ת. אלא שיש עוד ענין ג' בזה שנק' אלקים.

ועפּי"ז איז מובן וואָס דער אַלטער רבי איז מוסיף דעם וואָרט "בשם" און דעם וואָרט "להתייצב" — וואָס דורך די צוויי ווערטער איז ער שולל די צוויי פּירושים הנ"ל:

ווען ער וואָלט געשריבן "נקראו המלאכים אלקים" וואָלט מען געקענט מיינען בכוונתו אַז זיי ווערן אָנגערופן אלקים מצד דעם וואָס זיי זיינען בעלי כחעט. דעריבער איז ער מדגיש "בשם אלקים", אַז דאָס וואָס זיי הייסן "אלקים", מיינט עס טאַקע דער שם אלקים (משמותיו של הקב"ה).

און די ראי' אַז מלאכים זיינען נקרא בשם אלקים איז פון דעם פּסוק "כי ה' אלקיכם (הוא) אלקי האלקים גו'": ווען מען זאָל זאָגן אַז דאָס וואָס דער פּסוק רופט אָן מלאכים "האלקים" איז עס מצד דעם וואָס זיי זיינען בעלי כח, וועט דאָך אויסקומען אַז דער פּירוש פון "אלקי האלקים" איז אַז דער אויבערשטער איז אַ בעה"ב אויך אויף די מלאכים, ווייל זיין כח איז גרעסער

[און דאָס איז אַן ענין של שבח, ווי דער צ"צ איז מבאר (אוה"ת יתרו ע' תשלז­ח) אויפן פּסוק (יתרו יח, יא) עתה ידעתי כי גדול הוי' מכל האלקים. עיי"ש].

איז דאָך לפי"ז ניט מובן וואָס ער זאָגט ווייטער אין פּסוק "ואדוני האדונים": אויך "ואדוני האדונים" מיינט אַז דער אויבערשטער איז אַן אדון און בעה"ב אויף "אדונים", טאָ צוליב וואָס זאָגט דער פּסוק דעם זעלבן ענין צוויי מאָל? מוז מען דאָך דעריבער לערנעןפ, אַז אין די ווערטער "אלקי האלקים" רעדט זיך ניט מענין הכח, נאָר אַז דער אויבערשטער איז דער אלקה פון די מלאכים הנקראים בשם אלקיםפא.

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-n32qpj8d

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות