English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

218

מען קען דאָך אָבער זאָגן אַז דאָס וואָס מלאכים הייסן בשם אלקים איז עס מצד ענין השליחות שבהם — אויף דעם ברענגט ער אַ ראי' פון וואָרט "להתייצב גו'": דאָס וואָס די בני האלקים זיינען געקומען להתייצב איז עס דאָך געווען ניט בשליחותו של הקב"ה — זיי האָבן געטאָן זייערן אַן ענין, און אעפּי"כ הייסן זיי אויך דאָרטן "בני האלקים".

עה. עפּי"ז שטעלט זיך אָבער די קשיא, ווי איז שייך מען זאָל אָנרופן מלאכים בשם קדוש: אפילו וועגן אָנרופן מלאכים אלקים מלשון כח — זיינען אויך דאָ חלוקי דיעות. ווי דער צ"צ איז מבאר (אוה"ת שם ע' תשלט) דער טעם פון דער דיעה אַז דערמיט וואָס יתרו האָט געזאָגט "עתה ידעתי כי גדול הוי' מכל האלקים" איז "נתן ממש בע"ז" — כאָטש אַז מיט "האלקים" האָט ער געמיינט די שרים שלמעלה און האָט זיי אָנגערופן אלקים מלשון כח — ווייל וויבאַלד זיי זיינען כגרזן ביד החוצב, טאָר מען זיי ניט אָנרופן אלקים, אפילו אלקים מלשון כח. איז דאָך מכש"כ אַז מען טאָר זיי ניט אָנרופן בשם אלקים?

איז די קשיא באַוואָרנט דער אַלטער רבי מיטן וואָרט "בכתוב", אַז וויבאַלד דער פּסוק רופט זיי אָן בשם אלקים מאַכט ניט אויס. וגדולה מזו מצינו אַז דער פסוק (בשלח יד, ב) זאָגט "לפני בעל צפון", כאָטש אַז "לא יאמר אדם כו' שמור לי בצד ע"ז פלונית" (סנה' סג, ב), ווייל בשעת אַ מענטש דערמאָנט שם ע"ז יש לחשוש אַז ער מיינט איר צו משבח זיין, משא"כ ווען דער פּסוק זאָגט עס, איז ניטאָ קיין חשש בדבר. (וואָס דערפאַר געפינט מען נאָך מער, אַז אפילו אַ מענטש מעג דערמאָנען דעם נאָמען פון ע"ז הכתובה בתורה (סנה' שם), ווייל לאחרי וואָס זי איז כתובה בתורה, ווייס מען שוין אַז זיין כוונה איז כפי כוונת התורה).

היינט מה דאָך אַז דער פּסוק מעג זאָגט שם ע"ז, איז דאָך מכש"כ אַז ער קען אָנרופן מלאכים בשם אלקים.

עו. עפּ"י הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ער ברענגט דעם פסוק "כי ה' אלקיכם הוא אלקי האלקים" וואָס אין פּרשת עקב, און ניט דעם פּסוק "כי גדול ה' מכל האלקים" וואָס אין פּרשת יתרו (שלפנ"ז):

"כי גדול ה' מכל האלקים" האָט געזאָגט יתרו. ובמילא, מוזפב מען דאָרטן לערנען אלקים מלשון כח.

(ונוסף אַז לפי הדיעה שיתרו נתן ממש בע"ז קען ער דאָך אַ ודאי ניט ברענגען קיין ראי' פון דעם פסוק, וואָרום לפי דיעה זו האָט ער טאַקע ניט געטאָרט אָנרופן זיי אלקים — איז אפילו לפי הדיעה אַז "יפה אמר יתרו", קען ער אויך ניט ברענגען קיין ראי' פון דעם פּסוק, וואָרום דאָרטן מוז מען לערנען אלקים מלשון כח).

און דעריבער ברענגט ער די ראי' פון דעם פּסוק "כי ה"א הוא אלקי האלקים",

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-tsnwgm9a

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות