הוספה - ביאורים באגרת התשובה
171
אעפ"כ נעמט אָן דער אַלטער רבי אַז תשובה איז יע אַ מצוה, מיינענדיק דערמיט אַ ציווי פרטי, כנ"ל בארוכה. ווייל תשובה דאַרף דאָך ממשיך זיין און אויפטאָן "למטה" — אין די אברים פּרטים, אַז אין זיי זאָל נתמלא ווערן די פּגמים. (און אַזוי אויך בעבודת האדם, דאַרף די תשובה זיין ניט קיין מקיף'דיקער ענין, נאָר זי דאַרף בריינגען חיות אין קיום מצות פּרטיות). וואָס דעריבער מוז אויך תשובה אַליין זיין אַ מצוה, און אַ מצוה פּרטית (אעפ"י שמצד עצם ענינה היא למעלה מהמצות).
און דערפאַר הויבט אָן דער אַלטער רבי דעם ביאור ענין התשובה מיט די ווערטער "מצות התשובה", אויף צו מדגיש זיין, אַז די תשובה דאַרף זיין ניט אין אַן אופן וואָס זי בלייבט העכער פון מצות פּרטיות; זי האָט ניט קיין שייכות צו קיום המצות (ע"ד ווי תשובת ר"א בן דורדייא וואָס הניח ראשו בין ברכיו וגעה בבכי'), נאָר אין אַן אופן וואָס זי זאָל געבן חיות אין קיום המצות.
כמ"ש יעזוב. . השיבנו ה' אליך וגו':
יג. אויף דערוף וואָס דער אַלטער רבי זאָגט אַז דער עיקר פון תשובה איז "לשוב אל ה' בכל לבו ובכל נפשו לעבדו ולשמור כל מצותיו", ברענגט ער אַ ראי' פון פיר פסוקים: "יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וישוב אל ה' וגו'"יא (ישעי' נה, ז); "ושבת עד ה' אלקיך ושמעת בקולו וגו' בכל לבבך וגו'", און ער צייכנט אָן, אַז דער פּסוק איז "בפּ' נצבים" (ל, ב); "שובה ישראל עד ה' אלקיך וגו'" (הושע יד, ב); "השיבנו ה' אליך וגו'" (איכה ה, כא).
א) צוליב וואָס דאַרף דער אַלטער רבי אָנקומען צו פיר פּסוקים און באַנוגנט זיך ניט מיט איינעם פון זיי?
ב) סדר הפּסוקים: ער ברענגט דעם פסוק יעזוב רשע דרכו גו' וואָס שטייט אין נביאים פאַר דעם פּסוק "ושבת גו'" וואָס שטייט אין תורה? נאָכן פּסוק ושבת וואָס
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-3g37cxat
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.