כבוד ידידנו הנעלה וו"ח אי"א חובב תורה
העסקן והנדיב המהולל וכו' מו"ה גרשון שי'
אין נאמען פון "מרכז לעניני חנוך" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך אייך ווינשען, און אלע אייערע, א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען.
דער גענויער טייטש פון ראש השנה איז די קאפ פון יאר; ערקלערן אונזערע חכמים אז פארוואס ווערט עס אנגערופן ניט תחלת - אנהייבס - השנה, נאר ראש השנה, ווייל אזוי ווי די קאפ פירט אן מיט דעם גאנצען קערפער, אזוי דארפען אויך די גוטע רעזאלושנס אין פירונגען וואס מען נעמט אן אויף זיך ראש השנה, אנפירן מיט'ן גאנצן יאר.
און דאס איז אויך אונזער וואונש, אז אין דעם נייען יאר זאלן מיר אלע גיין פארווערטס אין אונזער גייסטיקער ענטוויקלונג און אין דער ערפילונג פון אונזערע פליכטן און אין דער דורכפירונג לפועל פון אלע אונזערע גוטע מחשבות און פלענער.
מיר האפן, אז דיזער בריוו וועט אייך אין בעסטן געזונד טרעפן; עס וואונדערט אונז וואס מיר האבן פון אייך שוין אזא לאנגע צייט ניט געהערט.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub