אגרות קודש
אגרת ב'שצט
אגודת נשי ובנות חב"ד אשר בעי"ת
מיט צופרידענהייט האב איך באקומען די בריפליכע ידיעה אז אנהויב וואך האט זיך ארגאניזירט אין קליוולאנד א אגודת נשי ובנות חב"ד, און השם יתברך זאל העלפן און וועט זיכער העלפן אז דורך דער פאסיגער ארבעט פון די מיטגלידערינס און אנפירערינס וועט דאס זיין מיט הצלחה, מיט הצלחה צו טאן מיט זיך אליין און די פאמיליע אין דעם וואס עס איז נויטיג לויט די אנווייזונגען פון די נשיאינו הק' זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און וואס אין אונזער דור איז דער נשיא הדור מיין שווער כ"ק אדמו"ר, וואס זיין יום הילולא איז מארגען זכותו יגן עלינו, און אויך צו פארגרעסערן דעם קרייז אייערען דורך צוציעהן נאך פרויען טעכטער פון אברהם יצחק ויעקב.
און עס איז דאך באוואוסט דער ווארט פון רבינו הזקן, אז חסידות איז ניט קיין זאך פון א באזונדער גרופע ביי אידן, נאר חסידות איז שייך צום גאנצן כלל ישראל, און יעדער מאן און פרוי וואס טוט אין דעם צו פארווירקליכען זיין וואונטש לויטן ווארט פון רבינו הזקן, איז ער מובטח אז די רביים וועלען ממשיך זיין הצלחה אין אט דער ארבט.
זעלבסט פארשטענדליך אז ווען מען איז מצליח אין דער עבודה הרוחנית - אין דער גייסטיגער ארבעט - בריינגט דאס במילא ברכה און הצלחה אויך אין די ענינים הגשמיים - מאטעריאלע זאכען - בנוגע צו איר און דער פאמיליע שיחיו, און השי"ת זאל אייך מצליח זיין.
בברכה לכל אחת ואחת היא וכל בני ביתה שיחיו בהמצטרך להן בגשמיות וברוחניות.
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ח
- מזהה
- rh-8mtz19e3
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit