English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

185

בנוגע הוכח תוכיח את עמיתך איז משמע אַז דאָס איז ניט קיין ענין בפני עצמו, נאָר אַז בכל ענין וענין, גייט אַריין אין דעם איסור פּרטי דער ציווי "הוכח תוכיח". ווי די גמרא (שבת נד, ב) זאָגט, אַז מי שאפשר לו למחות ולא מיחה, ווערט ער נתפס אויף די עבירות וואָס זיי האָבן געטאָן (ראה פּרש"י שם: "עבירות שבידן"). און ווי די גמרא (שם. וכ"ה גם בירושלמי שם) זאָגט בנוגע ראב"ע גופא "מתוך שלא מיחה בה, נקראת על שמו".

און דעריבער איז נוגע דאָ צו מדגיש זיין ולהביא הביאור אַז ראב"ע האָט געפאַסט "על שלא קיים דברי חבריו": ווען זיין פאַסטן וואָלט געווען "על שלא מיחה" וואָלט דערפון ניט געווען קיין ראי' אויף פאַסטן "על דבר קל". וויבאַלד אַז דער ענין אויף וועלכן ער האָט ניט מוחה געווען (וואָס מצד דעם איז עס נקרא על שמו) איז געווען איסור שבת, וואָס איז זייער אַ האַרבער איסור, ביז אַז מומר לשבת איז כמומר לע"ז (ווי דער אַלטער רבי ברענגט עס לעיל ח"א פכ"ד),

[און כאטש אַז אין שבת גופא, איז יציאת פּרה ברצועה שבין קרני' אפילו לדברי חכמים נאָר אַן ענין דרבנן און פון שביתת בהמתו, פונדעסטוועגן, איז דאָך דער כללות הענין פון שבת אַ דבר חמור, ובאגה"ת רוצה להוכיח דאפילו קל הוא בכללותו — ג"כ מתענים כו'],

דערפאַר ברענגט דער אַלטער רבי דאָ אַז זיין פאַסטן איז געווען "על שלא קיים דברי חבריו"*22, וואָס דאָס (דער ניט מקיים זיין "דברי חבריו") איז אַ דבר קל.

מ' צומות:

ל. אין די דוגמאות וועלכע דער אַלטער רבי ברענגט אַז כמה תנאים ואמוראים האָבן געפאַסט אויף אַ דבר קל "תעניות הרבה מאד", איז אין די ערשטע צוויי דוגמאות שטייט: "והושחרו שיניו מפני הצומות". וואָס מובן אַז השחרת השיניים קומט דוקא ווען מען פאַסט אַ סאַך תעניות. דאַקעגן אין די דריטע דוגמא שטייט "והתענה מ' צומות". וואָס לכאורה זיינען פערציק תעניתים ניט אַזאַ גרויסער ריבוי, מען זאָל עס אָנרופן (ניט בלויז "תעניות הרבה", נאָר) "תעניות הרבה מאד" (ובפרט אַז די מספרי הצומות אויף די עבירות וועלכע ברענגען זיך ווייטער אין זעלבן פּרק און אין תחלת פּ"ג, זיינען מער ווי פערציק)?

מען קען ניט זאָגן, אַז לגבי דעם ענין פון "נתהפּכה לו רצועה של תפלין", וויבאַלד אַז דאָס איז געווען שלא בידיעתו (ניט ווי ביי די ערשטע צוויי דוגמאות וואָס דער "לא קיים דברי חבריו" און דער זאָגן "בושני מדבריכם" איז געווען בידיעה ובכוונה) איז אויך מ' צומות הייסט "הרבה מאד"

— ווייל פון דעם לשון "שעל דבר קל היו מתענים תעניות הרבה מאד" איז

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-8vdnrt14

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות