הוספה - ביאורים באגרת התשובה
182
החטא" (מצד דעם וואָס דורכן חטא איז געוואָרן אַ סילוק הרצון), איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז נוגע צום ענין הדקות כו'. און וויבאַלד אַז מחשבה איז לבוש היותר דק, מקום לומר אַז אין דערוף איז מער נוגע דער ענין התענית אויף "להפיק רצון מה'".
ועפּי"ז וועט מען פאַרשטיין וואָס דער אַלטער רבי כאַפּט אָן די דריי דוגמאות — און מיט דעם סדר דוקא: די ערשטע דוגמא "ולא מיחה כו' שלא קיים" — מחשבה, "שאמר בושני מדבריכם ב"ש" — דיבור, "נתהפּכה לו רצועה של תפלין" — מעשה.
כו. עפּ"י הנ"ל איז אויך מובן וואָס ער ברענגט די נעמען פון די תנאים ואמוראים — ראב"ע, ר' יהושע און רב הונא:
ראב"ע איז געווען אַ כהן. ווי די גמרא (ברכות כז, סע"ב) זאָגט אַז ער איז געווען דור עשירי לעזרא. און וויבאַלד אַז אין די דריי סוגים וואָס זיינען דאָ ביי אידן (כהנים לויים און ישראלים) איז כהן די העכסטע מדריגה, דעריבער איז די דוגמא פון מחשבה פון אַ כהן. ראב"ע — תכלית הדקות וקצה העליון.
ר' יהושע איז געווען אַ לוי. וואָרום סתם ר"י איז ר' יהושע בן חנני' (רש"י נזיר נו, ב ד"ה ור' אליעזר. תוס' שם), און ר"י בן חנני' איז געווען "מן המשוררים" (ערכין יא, ב). און דעריבער איז פון אים די דוגמא אויף דיבור, ווייל לוי איז ממוצע בין כהן לישראל — דוגמת הדיבור וואָס זי איז אַ ממוצע בין מחשבה למעשה. — ולהעיר מזח"ג (רכד, ב) כהנא מוחא לוי לבא ישראל גופא. ושם (לט, א) דכהנא שייך לסטרא דמחשבה ולוי לארמא קלא.
רב הונא איז געווען אַ ישראל (רש"י ד"ה רב הונא גיטין נט, ב. און דער רב הונא וועגן וועמען די גמרא (מו"ק כה, א) דערציילט אַז "פּעם אחת נתהפּכה לו כו'" איז עס אָט דער רב הונא וואָס "ר' אמי ורב אסי הוו כייפי לי'" (שבמס' גיטין שם), ווי די גמרא (מו"ק שם) דערציילט אַז רב אמי ורב אסי האָבן געזאָגט "לא הוה לן לדלויי רישין מיני'").
(וגם לפי מ"ש בירושלמי (הובא בתוס' ד"ה ור' חייא מו"ק שם) אַז דאָס רעדט זיך וועגן רב הונא שבימי ר' חייא, איז אויך דער רב הונא געווען אַ ישראל, וואָרום ער איז דאָך געווען "ריש גלותא" (ירושלמי, הובא בתוס' שם. וראה גם אגרת דרש"ג ח"ג פ"ב), און אַלע ראשי גליות שטאַמען פון שבט יהודה (סנהדרין ה, א. פירש"י עה"ת ויחי מט, יו"ד), און פון די זכרים (תוד"ה דהכא סנהדרין שם. וכ"ה בב"ר פל"ג, ג לענין רב הונא ריש גלותא)).
און דעריבער איז די דוגמא פון מעשה פון אַ ישראל — דער לעצטער דריטער סוג, און דער לעצטער דריטער לבוש, לבוש המעשה, קצה התחתון.
כז. עפּי"ז איז אויך מובן וואָס ער ברענגט ניט די דוגמא פון ר"ש'ען וואָס "הושחרו שיניו מפּני תעניותיו" וואָס אין מס' נזיר (נב, ב), ווייל אויך ביי ר"ש'ען איז
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-amw0nag2
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.