RebbeHub
עב · EN
ספרייה

ב"ה, ח"י אלול, תש"ח

הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה מהור"י שי'

כ"ץ

שלום וברכה!

איך ענטשולדיג זיך פאר ניט ענטפערן אייך ביז יעצט אויף אייער בריוו, די סיבה איז געווען וואס נוסף אויף די שוין געוויינטליך געווארענע דאגות פון מרכז און טרדות איז צוגעקומען דער צוגרייטן צום דרוק פון ספר קיצורים והערות לס' לקוטי אמרים וואס איך האב געוואלט עס זאל ווערן פארטיק ניט שפעטער פון ח"י אלול לכל הפחות (געדארפט בעארבעטן כמה כתבי יד א.א.וו.) א קאפיע ווי אויך דעם קונטרס פון ח"י אלול וואס מ'דארף זיי ביידע בריינגען באלד פון ביינדע שיקן מיר אייך, ביטע באשטעטיקן אז איר האט זיי ער[ה]אלטן,

כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט מיר געהייסן אייך שרייבן אז לויט זיין מיינונג האט איר געדארפט זעהן מר. קישין און רעדן מיט אים, פאראינטרעסירן עם ממשותדיג אין דעם שווערס שליט"א מוסדות און ניט ווארטן מער אויף הכנות,

א הערצליכן דאנק פאר אייער מיטהילף אונזערע שלוחים, א איד האט דאך אבער אלע מאל טענות. א) פאר וואס האט מען מורא געהאט דערמאנען אז זיי זיינען שלוחים פון מרכז? ב) ווי קומט דאס וואס בגשמיות דערלייגט דער מרכז צו שיקאגא מער ווי אין אלע שטעט און אין דעם פאל ווידער אזוי? פארוואס האב איך טענות צו אייך? דער טעם אויף דעם: דער שווער שליט"א האט מיר אמאל דערציילט אז לערנענדיג אין חדר אז אימיצער פלעגט עפעס אפטאן פלעגט דער מלמד באשטראפן דעם שווער שליט"א זאגענדיק דו ביזט ניט שולדיג און איך באשטראף דיך - היינט ווי דארף זיך שוין שרעקן דער שולדיגער אליין!

ביטע זאך אמאל ענטשולדיגן פאר ניט ענטפערן ביז יעצט ובברכת כוח"ט.

הרב מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר