הוספה - ביאורים באגרת התשובה
207
דער תירוץ איז אָבער נאָר בנוגע עונשי ב"ד. בנוגע אָבער צו כרת ומיתה ביד"ש, וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט מטביע געווען אין די איסורים אַז בשעת מען איז אויף זיי עובר מוז מען בטבע שטאַרבן פאַר נ' אָדער ס' שנה, קען דאָך אויף דעם לכאורה ניט העלפן קיין תשובה. און דעריבער פרעגט ער די קשיא "והרי נמצאו בכל דור כו"כ חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם כו'". און אעפ"י אַז די גמרא (מכות יג, ב) זאָגט אַז דורך תשובה ווערט מען נפטר פון כרת — איז דעם אַלטן רבי'נס קשיא אויף די גמרא גופא: ווי אַזוי קען תשובה איבערמאַכן די טבע?
נט. און בכדי צו פאַרענטפערן די קשיא, איז ער מבאר אין די ווייטערדיקע פּרקים דעם טעם פון די טבע (וואָס בשעת מען איז עובר אויף אַן איסור כרת ומיתה ביד"ש שטאַרבט מען פאַר פופציק צי זעכציק יאָר), אַז דאָס איז מצד דעם וואָס דורך עובר זיין אויף די איסורים ווערט "נכרת ונפסק חבל ההמשכה כו'", און דאָס וואָס ביז נ' או ס' שנה קען מען יע לעבן, איז עס מצד דערויף וואָס "נשאר עדיין בו הרשימו מנפשו האלקית".
וואָס דורך דעם דאָזיקן ביאור, קומט אַרויס צוויי ענינים:
א) אַז בזמן הגלות קען אויך אַ חייב כרת ומיתה ביד"ש מאריך ימים זיין מער פון נ' וס' שנה, אפילו ווען ער טוט ניט תשובה. ווייל בזה"ז, איז די השפּעה פון בחי' ה"א תתאה מלובש אין די י"ס דנוגה, ובמילא קען ער מקבל חיות זיין פון היכלות הסט"א (ווי ער איז מבאר לקמן פ"ו).
ב) אַז דורך תשובה איז ער "מחזיר השפּעת השכינה למקומה" (פ"ו). קען ער דעריבער דורך תשובה צוריק פאַרבינדן די נשמה צו איר שרש. וראה לקו"ת ר"פ במדבר (א, ב): ונכרתה הנפש כו' כמשל האדם שנכרת גופו מראש והעצה היעוצה לזה הוא כמו ד"מ אם הי' נמצאסח ברפואות לחבר גופו אל ראשו כך הוא כו' [ושם א, סע"ד: "בענין כריתות כו'" — כנראה חסר].
ס. בעת דער אַלטער רבי ברענגט דעם פּסוק "כי חלק ה' עמו וגו'" טייטשט ער אָפּ: "חלק משם הוי' ב"ה". ולכאורה, וואָס איז ער דאָ מחדש: דער פּשוט'ער פּירוש פון "חלק ה'" איז אַ חלק פון שם הוי'. טאָ וואָס מיינט ער מיט זיין הוספה "חלק משם הוי' ב"ה"?
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-bgxsqdhh
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.