English
ספרייה

אגרת ב'תקלו

י"ח אדר ב', תשי"ד · ברוקלין.

ב"ה, י"ח אדר ב', תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

... דאס וואס איר שרייבט וועגען די פערשידענע שוועריקייטן וועלכע האבען זיך געוויזען אין געשעפט, איז לויט דער הוראה פון רבנו הבעל שם טוב אז יעדער פרט ופרטי פרטים בנוגע צו א אידען איז דאס בהשגחה פרטית, און אז השי"ת האט אייך מזכה און מצליח געווען אז צוזאמען מיט דאס אויבען דערמאנטע האט זיך געטראפען דער נייער בנין פאר דער ישיבה וואס עס איז פראן א גרויסע האפענונג אז דאס קען ווערען א צענטער פון יראת שמים פאר דער גאנצער שטאט און אפשר אויך פאר דער גאנצער מדינה, וואלט איר באדארפט זעהן א פארבינדונג צווישען די ביידע זאכן, און אננעמען דאס פאר א הוראה מן השמים אז איר זאלט זיך אריינווארפען סיי מיט געלט און דער עיקר בגופו צו זעהען איינארדנען דעם בנין פון דער ישיבה און דערנאך דאס פארנעמען זיך מיט דער ישיבה אין דער מאקסימאלסטער מאס. וואס דאס וועט פארריכטען די צנורות פון די פריוואטע געשעפטען און פארגרעסערן זיי אז דאס זאל אויך זיין בהצלחה מופלגה.

עס איז ניט מיין דרך צו אנדייטען ציפערען און בפרט ניט געפינענדיג זיך אויפן ארט, אבער עס איז באוואוסט דער מאמר רז"ל כל המוסיף מוסיפין לו, במילא וואס אלץ מער איר וועט מוסיף זיין, סיי מיט אייער געלט און סיי מיט אייער טרחה בגופו טאן אליין אין דעם און אויך פאראינטערעסירען אנדערע, וועט השי"ת זיכער מוסיף זיין בהצלחה אין דעם וואס איר באדארפט.

זיכער האט איר געהאט א פרייליכען פורים און איך האף אז איר וועט אויך קענען אנזאגען גוטע בשורות משמחות אין דאס אלעס אויבען געזאגטע...

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ח
מזהה
rh-cn71xw5c

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit2536