הוספה - ביאורים באגרת התשובה
190
הצומות שלכל העבירות. ווייל דורך זיי ווערט אויפגעטאָן דער כללות ענין השינוי ביי דעם אדם המתענה, און די צומות וואָס זיינען מער פון ארבעים איז ענינם אַרויסברענגען דעם שינוי בפּרטיות און אין די פּרטי האדם (ובדוגמת העובר, וואָס כללות הציור שלו ווערט במשך ארבעים יום, און אעפּ"כ דאַרף מען האָבן ט' חדשים, בכדי עס זאָל אַרויסקומען דער ציור פּרטי).
ועפּי"ז יש לומר דעם טעם וואָס מ' צומות הייסט "תעניות הרבה מאד" ווייל וויבאַלד זיי שטעלן איבער (בכללות) דעם גאַנצן מענטשן מן הקצה אל הקצה, הייסט עס בנוגע דעם מענטשן "הרבה מאד", וויבאַלד זיי נעמען אַרום זיין גאַנצן מהות.
לה. אין דעם וואָס דער אַלטער רבי שרייבט "ועל יסוד זה לימד האריז"ל לתלמידיו עפּ"י חכמת האמת מספּר הצומות כו'" איז ניט מובן:
א) מה נוגע להבנת עניננו שלימד "לתלמידיו עפּ"י חכמת האמת"?
ב) רגיל בתניא בכיו"ב — כשמוסיף פּרט על "האריז"ל" לציין הספר (תניא ספּ"ב). וכן בנוגע להרח"ו (שם פ"א) ועוד.
ג) אדרבה זהו סותר, לכאורה, לנדו"ד:
דער אגה"ת איז דאָך געשריבן געוואָרן פאַר אַלע אידן, אויך פאַר די וואָס מצד מדריגתם פירן זיי זיך ניט עפּ"י קבלה, און ווי גערעדט שוין (ראה לעיל סעיף. . . וראה גם לעיל סעיף זח) אַז דער שערבלאַט פון תניא "מיוסד על פּסוק כי קרוב אליך הדבר מאד" גייט אויך אויפן שעהיוה"א און אגה"ת. טאָ ווי שטעלט מען אַריין אין אגה"ת הוראות וואָס דער אריז"ל האָט געלערנט לתלמידיו עפּ"י חכמת האמת?
אפילו ווען ער וואָלט ניט צוגעלייגט די ווערטער "עפּ"י חכמת האמת", וואָלט אויך געווען די קשיא וואָס אין אגה"ת, וואָס איז פאַר אַלע אידן, זיינען הוראות וואָס זיינען שייך צו תלמידי האריז"ל. בפרט נאָך אַז ער איז מוסיף, אַז די הנהגה וואָס דער אריז"ל האָט געלערנט לתלמידיו איז [ניט עפּ"י נגלה (וכידוע אַז דער אריז"ל האָט געלערנט מיט זיינע תלמידים אויך נגלהמא), נאָר] "עפּ"י חכמת האמת", ווערט דאָך די קשיא נאָך שטאַרקער: צי דען זיינען הוראות למקובלים — הוראות צו אַלע אידן?
פריער אין דעם פּרק, איז ער מבאר אַז בכדי "שיהי' לרצון לפני ה' כו'", האָט מען געדאַרפט ברענגען אַ קרבן עולה. און איצטער וואָס מען קען ניט ברענגען קיין קרבנות, איז "התענית הוא במקום קרבן". ווערט דאָך גלייך די קשיא: וויבאַלד אַז בכדי "שיהי' לרצון לפני ה'", מוז מען אָנקומען איצטער (בזמן הגלות) צו תעניתים,
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-cv2z0a1b
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.