English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

170

די חרטה על העבר) איז אַן ענין שבלב, און דעריבער ציילט זיך במנין המצות בלויז דער וידוי, וואָס איז בדיבור.

יב. ווי גערעדט שוין פיל מאָל, אַז אַלע ענינים פון גליא שבתורה ווערן נשתלשל פון ענינם בפנימיות התורה. און וויבאַלד אַז אויך אַ הוה אמינא און אַ ס"ד פון תורה איז תורה, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַלע דריי שיטות הנ"ל בענין התשובה — (א) אַז זי איז ניט קיין מצוה (כשיטת המנ"ח), (ב) אַז זי איז פון די ציוויים כוללים, (ג) אַז זי איז אַ ציווי פרטי ככל המצות (און דאָס וואָס זי ווערט ניט נמנה במנין המצות איז עס מצד דעם וואָס עס ווערט געציילט דער דיבור שבה, במילא ווערט ניט נמנה דער ענין שבלב) — האָבן אַן אָרט אויך אין פּנימיות התורה.

די רמ"ח מ"ע זיינען רמ"ח אברין דמלכא (תניא רפכ"ג, מתיקונים). וואָס פון דעם איז מובן, אַז כשם ווי די רמ"ח אברי גוף האדם, איז יעדערער פון זיי (אעפ"י אַז ער איז כלול פון אַלע אברים, איז ער) בלויז אַן אבר פרטי, אַזוי אויך די רמ"ח פקודין (אעפ"י אַז יעדער מצוה איז כלול פון אַלע מצות, וואָס דערפאַר העוסק במצוה פּטור מן המצוה, כמבואר במ"א, פונדעסטוועגן), איז יעדער מצוה אַ מצוה פּרטית.

(ויש לומר, אַז דאָס איז דער טעם הפּנימי אויף דעם וואָס דער רמב"ם איז ניט מונה קיין ציוויים כוללים אין מנין המצות, ווייל די מצות הנמנות במנין המצות זיינען אברים פּרטים, קען במילא אין זיי ניט אַריינגערעכנט ווערן ציוויים וועלכע זיינען כולל המצות כולם).

און דעריבער, וויבאַלד אַז תשובה איז מתקן וממלא די פּגמים פון אַלע תרי"ג מצות, קען מען דאָך ניט זאָגן אַז זי איז במדריגתם — אַן אבר פּרטי, נאָר אַ ציווי כולל, וואָס איז העכער פון אברים פּרטים.

נאָך מער: די ענינים וועלכע קומען פון עצם הנפש, זיינען זיי אָפּהיינגיק אינגאַנצן בלויז פון זיין בחירה (וואָרום ס'איז דאָך ניט שייך אַז דער עצם זאָל זיין מוכרח פון כחות וענינים שלמטה הימנו). און בשעת דער מענטש האָט אַ ציווי, איז דאָך שוין פאַראַן אַ סיבה מן החוץ וואָס איז אים כאילו מכריח צו טאָן דאָס וואָס ער איז נצטוה געוואָרן.

(ואעפ"י אַז אויך אויף מצות איז "רשות לכל אדם נתונה" (הל' תשובה רפ"ה), קומט עס אָבער ניט צו דער בחירה וואָס אַ מענטש האָט אין ענינים וועלכע ער איז ניט נצטוה געוואָרן אויף זיי).

און דעריבער האָט אַן אָרט צו זאָגן, אַז תשובה איז ניט קיין מצוה (אפילו ניט קיין ציווי כולל), ווייל תשובה קומט פון עצם הנפש (כידוע דער טעם פון דעם וואָס תשובה האָט בכח צו ממלא זיין אַלע פּגמים, ווייל אין עצם איז אַלע מאָל גאַנץ), און אין עצם איז ניט שייך קיין סיבה מן החוץ (ציווי)י.

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-cxdhr8jq

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות