הוספה - ביאורים באגרת התשובה
165
קען ער עס טאָן אין אַ לייכטן אופן — דורך תעניתים וסיגופים, כמבואר בסוף הפרק. וע"פּ הטעמים שבפּרק ג' — נ"ל שגם תעניות אלו יכול לדחותם לימי החורף וכו', צדקה וכו' עיי"ש).
ח. עפּי"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ער זאָגט ווייטער (צא, א) "והיינו כשתשובתו רצוי' כו'". דלכאורה, צוליב דעם ענין וואָס ער רעדט דאָ אַז תענית איז ניט קיין חלק פון תשובה, איז אים נוגע בלויז אַז די יסורים וועלכע זיינען ממרק די איסורים פון כריתות ומיתות ב"ד קומען פון אויבערשטן (און ניט יסורים וועלכע דער מענטש טוט זיך — תעניתים). וואָס איז אים נוגע (לענין הנ"ל) צו שרייבן אַז די יסורים שמלמעלה קומען "כשתשובתו רצוי' כו' מאהבה"?
די שאלה איז נאָך גרעסער: אויפן ענין "כשתשובתו רצוי' כו'", זאָגט ער דעם לשון "והיינו". אַז דאָס איז אַן אפּטייטש אויף דעם וואָס ער זאָגט פריער. ולכאורה, איז עס אַן ענין בפני עצמו, שאינו שייך להקודם?
ועפּ"י הנ"ל מובן: מיטן ענין "ואפי' מי שעבר. . ופקדתי דייקא", וויל דער אַלטער רבי אַרויסבריינגען, ווי פאַר יעדער אידן, אפילו פאַר אַזאַ וואָס האָט עובר געווען אויף כריתות ומיתות ב"ד, איז לייכט תשובה צו טאָן, ווייל די יסורים וועלכע מען דאַרף האָבן אויף גומר זיין די כפּרה, טוט עס אָפּ דער אויבערשטער, כנ"ל.
קען זיך דאָך לפי"ז שטעלן די שאלה, לאידך גיסא: וויבאַלד אַז די יסורים וועלכע זיינען "ממרקין", קומען דוקא פון אויבערשטן — "ופקדתי דייקא" (און דורך יסורים וועלכע מען טוט אַליין — תעניתים וסיגופים — קען מען ניט פּועל'ן דעם גמר הכפרהא), קומט דאָך אויס, אַז צוקומען צום גמר הכפּרה איז ניט "קרוב מאד"?
דעריבער איז ער ממשיך: "והיינו כשתשובתו רצוי' כו'", אַז אויך דער גמר הכפּרה איז תלוי אין דעם מענטשן, וואָרום בשעת אַז ער וועט טאָן תשובה מאהבה
[וואָס אויך דאָס — די אהבה בנוגע לתשובה — איז קרוב מאד צו יעדער אידן ע"ד ווי ער איז מבאר אין ערשטן חלק פּי"ז וועגן די "אהבה המביאה לעשיית המצות"ב]
איז ער — אתערותא דלתתא — מעורר "האהבה וחסד ה', למרק עונו כו'".
ט. בעת דער אַלטער רבי הויבט אָן צו מבאר זיין דעם מהות פון תשובה (אַז זי איז עזיבת החטא), פאַנגט ער גלייך אָן מיט די ווערטער "מצות התשובה". וואָס דערמיט וואָס ער שרייבט "מצות התשובה" [ולא "ענין", או סתם "והנה התשובה"
יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- כרך לט
- מזהה
- rh-f2d4pz7n
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.