אגרת ב'תרכא
כ"ז ניסן, תשי"ד · הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר בנימין שי'
הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר בנימין שי'
אין ענטפער אויף אייער בריף - אן דעם דאטום פון שרייבען - איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם אז איר טרעפט זיך מיט הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוהרש"ז שי' העכט און האט אויך שיעורים צו לערנען ספרי חסידות, און האפענטליך באטייליגט איר זיך אויך אין די חסידישע התועדות וועלכע קומען פאר פון צייט צו צייט אין שיקאגא.
דאס וואס איר שרייבט וועגען א סדר היום, איז פון ווייטען שווער אויסצושטעלען, אבער עס איז נויטיג אלס צוגאב צו די דריי שיעורים השוים לכל נפש מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אין חומש תהלים און תניא, וועגען וועלכע איר האט זיכער געהערט פון הרה"ח העכט שי', זאלט איר אויך האבען שיעורים קבועים אין לערנען די הלכות שו"ב און דורכלערנען זיי יעדער יאר. און עס איז א גלייכע זאך צו זיין איינער פון די איינטיילנעמער אין דעם חלוקת הש"ס און דורכלערנען די מסכת אין פארלויף פון יאר.
און ווי צו איינטיילען דעם טאג, ווענדעט זיך דאס אן דער פרייער צייט וואס איר האט אין די טעג פון ארבעט און אין די טעג ווען איר זייט פריי פון ארבעט...
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק ח
- מזהה
- rh-gz6qmqp9
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit