RebbeHub
עב · EN
ספרייה

אגרות קודש, חלק ב

אגרת רב

ב"ה י"ב כסלו, תש"ו

ברוקלין, נ.י.

הנכבד והנעלה אי"א מר צדוק ריווקין שי'

לאורך ימים טובים

שלום וברכה!

מיט שמחה וילען מיר אייך אנזאגען, אז ניט געקוקט אויף די גרויסע שוועריקייטען וואס עס זיינען געווען די לעצטע צייט אין צוזאמענהאנג מיט דעם שטרייק, די אומעגליכקייט צו באקומען פאפיר א.א.וו., איז אונז דאך געלונגען אפצודרוקען די סידורים פאר אונזערע ברידער אין אייראפא, אין וואס איר האט גענומען אנטייל דורך נעמען אויף זיך די קאסטען פון דער ערשטער אויסגאבע.

אין א באזונדער פאקעט האבען מיר אייך געשיקט אייניגע סדורים און די טעג גייט אוועק די ערשטע פארטיי סדורים צו די אידישע לאגערען אין אייראפא.

עס איז איבעריק צו מאריך זיין וועגען דער גרויסער מצוה וואס איר האט געטאן דורך לאזען אפדרוקען סדורים פאר אונזערע מארטירער ברידער. שטעלט זיך נאר פאר אז אייניגע מאל א טאג - צום דאוונען, עסען, זאגען ברכות וכו' - וועלען זיי זיך בענוצען מיט דעם סדור און דערביי טראכטען אז זיי דארפען דאנקען א אידען צדוק ריווקין אין ווייטען ניו-יארק, וואס ער האט זיי געגעבען די מעגליכקייט צו דאוונען און מתפלל זיין פאר'ן אויבערשטען לויט ווי זיי, זייערע עלטערען און זיידעס זיינען געוואנט געווען (אחוץ דעם וואס אין מערערע ערטער לערנט מען אויך אין חדרים פון סדורים מיט צענדליגער קינדער).

די גמרא (בבא קמא צב, עמוד ב) טייטש דעם פסוק (שמות כג, כה) ועבדתם את ד' אלקיכם, איר זאלט דינען דעם אויבערשטען, אז דאס הייסט דינען דורך דאוונען, דורך קריאת שמע און תפלה.

מיר ווינטשען אייך אז דער זכות וואס איר האט געגעבען טויזענטער אידען די מעגליכקייט דינען דעם אויבערשטען זאל אייך ביישטיין אז בא אייך זאל מקוים ווערען די פארטזעצונג פון דעם דערמאנטען פסוק: וברך את לחמך ואת מימיך והסירותי מחלה מקרבך גו' את מספר ימיך אמלא - איר זאלט זיין געזונד און האבען א גליקליכען עלטער מיט אן אריכות ימים ושנים טובות.

הרב מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר