English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת ב'תד

ב"ה, י"א שבט, תשי"ד

ברוקלין.

מתפללי בית הכנסת נוסח האר"י אנשי

ליובאוויטש

בדארטשעסטער ובראשם היו"ר מוה"ר

שרגא אשר פיין,

והגבאים

ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר יהודא ליב שי' הלוי הורוויטץ מיט דעם בייגעלייגטען טשעק אויף 200$ פון דעם פאריגען יום כפור אפיל.

און אזוי ווי יעדער לעבעדיקע זאך וואקסט און בפרט א ענין של קדושה, בין איך געווען צופרידען אז דער האיאריגער אפיל איינקופט איז געווען גרעסער ווי פאריגען יאר, חאטש [עס] איז נאך ווייט פון צו זיין גענוגענד לגבי די הצטרכות און די הוצאות פון די ענינים אויף וועלכע דאס געלט ווערט פארנוצט, איך האף אבער אז דאס וועט זיין א גוטע התחלה אויף ווייטער צו מוסיף זיין נאך מער און מער.

און עס [איז] דאך באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועמענס הילולא מיר האבען געפראוועט נעכטען, אז ווען א איד באשליסט בא זיך צו געבען צדקה א גרעסערען סכום, חאטש אין דעם מאמענט זעהט ער ניט די מעגליכקייט אויף דעם און פון וואנען ער [וועט] נעמען די געלט, איז למעלה ווערן באלד פאר עם געעפענט נייע צנורות אז ער זאל האבען א תוספת ברכה אין זיין פרנסה און ער זאל קענען ערפילען זיין גוטע הבטחה בפועל ממש,

און אויף די דברי הרב קען מען נאך צוגעבען, אז וויבאלד אז צדקה איז דאך א חלק מעשר אדער א חומש, פסק'נט מען אפ למעלה א הוספה לכל הפחות פינף מאל אזויפיל וויפיל ער האט באשלאסען צו געבען אויף צדקה, און די איבעריקע פיר חלקים בלייבען בא עם אויף זיינע ענינים הפרטים.

בברכה אז די מצות הצדקה זאל יעדערען פון אייך בריינגען די ברכות פון השם יתברך וועלכע זיינען דורכאויס א צדקה און דאס זאל זיך אויסדריקען אין דעם וואס יעדער איינער פון אייך באדארף.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק ח
מזהה
rh-nx75eraf

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit2404