English
ספרייה

אגרות קודש

אגרת סא

שלום וברכה!

[יום ו', ה' לחדש אדר שני ה'תש"ג]

אונזער זייער חשוב'ער פריינד הרה"ג ר' משה יצחק שי' העכט האט אונז מיטגעטיילט מיט באגייסטערונג וועגן אייער באשלוס צו לייגן יעדן וואכנטאג תפילין.

פון טיפן הארצין און מיט געפיל פון אהבת ישראל באגריסן מיר אייך אין אייער אזוי וויכטיקן שריט.

א קאפ אויף וועלכער מען לייגט תפילין טראכט ווי א איד, די הארץ לעבן וועלכער עס ליגן תפילין פילט ווי א אידיש הארץ, און א האנט וועלכע איז געבונדען דורך תפילין, - איז ווייט פון שלעכטע מעשים, נאר טוט שטענדיק מעשים טובים.

תורה און מצות איז אונזער לעבן, אייער לייגן תפילין איז א גליק, פאר אייך און פאר אייער פאמיליע, עס איז א טובה פאר אונזער גאנצער פאלק און שוץ פאר דער לאנד אין וועלכער מיר געפינען זיך.

מצוה גוררת מצוה, פון איין מצוה קומט מען צו, צו א צווייטער א. א. וו.

מיר ווינטשן אייך איר זאלט שטייגן אלץ מער און מער, גייסטיק, און איר זאלט זיין געזונט און באגליקן אויך מאטעריעל.

בברכה לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

כרך
חלק א
מזהה
rh-qcsjntkm

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit61