English
ספרייה

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

216

א) וואָס איז ער מוסיף דעם וואָרט "בשם": ער האָט דאָך געקענט זאָגן "נקראו אלקים"?

ב) וואָס זאָגט ער "בכתוב": למאי נפ"מ צו מדגיש זיין דאָ אַז דאָס וואָס זיי ווערן אָנגערופן בשם אלקים איז עס "בכתוב"?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער: גלייך נאָך דעם וואָס ער זאָגט אַז די מלאכים זיינען נקראים בשם אלקים בכתוב ברענגט ער אַ ראי' "וכמ"ש כו'". זעט מען דאָך שוין אַז זיי ווערן אָנגערופן בשם אלקים אין פּסוק. טאָ צוליב וואָס דאַרף ער פריער מדגיש זיין "בכתוב"?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

ג) בשעת דער אַלטער רבי ברענגט אַ ראי' פון אַ פּסוק צו אַ געוויסן ענין, איז ער מעתיק בלויז די ווערטער פון פּסוק וואָס זיינען נוגע צו דער ראי'. (נאָר בשעת אַז די ווערטער וועלכע זיינען אים נוגע ענדיקן זיך אינמיטן פון אַ פּסוק, איז ער דאַן מוסיף דעם וואָרט "וגו'" — מצד דעם וואָס כל פּסוקא דלא פּסקי' משה אנן לא פּסקינן).

אין די דריי פּסוקים וועלכע ער ברענגט דאָ אַז מלאכים הייסן בשם אלקים [וואָס די דריי פּסוקים זיינען כנגד די ג' סוגים מלאכים שבג' עולמות בי"ע, כדלהלן סעיף עז], איז אין די ערשטע צוויי פּסוקים — "כי הוי' אלקיכםעד אלקי האלקים גו'עה" (עקב י, יז) און "הודו לאלקי האלקים גו'עה" (תהלים קלו, ב) — ברענגט ער בלויז דעם וואָרט "האלקים", וואָס פון דעם וואָרט איז די ראי' אַז מלאכים ווערן אָנגערופן בשם אלקים. בשעת אָבער ער ברענגט דעם דריטן פּסוק (איוב א, ו), איז ער מעתיק ניט נאָר די ווערטער "ויבואו בני האלקים"

[וואָס "בני האלקים" יש בו ב' ענינים (עדמ"ש בראשית ו, ב): אַז זיי זיינען בנים פון אלקים, אַז זיי אַליין זיינען בבחי' אלקים (וכמו בני חורין)עה. אלא שמ"מ, להיותם בעשי', נקראין רק "בני האלקים", כדלהלן שם],

נאָר אויך דעם וואָרט "להתייצב". ולכאורה, וואָס לערנט מען דערפון לעניננו?

עד. איז דער ביאור אין דעם:

אין דעם ענין וואָס מלאכים ווערן אָנגערופן אלקים, ברענגט דער צ"צ (אוה"ת יתרו ע' תשמג­ד וראה ג"כ פ' עקב ע' תקצו. תקצט) צוויי הסברים. און ביידע הסברים זיינען ניט ווי ער רעדט דאָ אין אגה"תעו (וצ"ע פאַרוואָס דער צ"צ ברענגט דאָרט ניט דעם ביאור שבאגה"ת. ואכ"מ):

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-rvdtcak9

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות