English
ספרייה

אגרת ה'תכה

ד' אייר, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה רא"ש שי'

ב"ה, ד' אייר, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה רא"ש שי'

שלום וברכה!

נאך א איבעררייס, בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון נאך פסח, און בין בפרט צופרידען צו לייענען אין עם אז איר האט זיך באטייליגט אין דעם כינוס אין כפר חב"ד און האט געהאט א ענג רוחני. און השי"ת זאל העלפען אז אויך אין דעם כנוס זאל מקוים ווערען די כוונה פון יעדער כינוס און התועדות, די השפעה אין אלץ מערערע און אויסברייטענדע קרייזען בריינגען צו זיי די מעינות פון תורת החסידות הדרכותי' ומנהגי' און אין א אופן אז די הערער און די באטייליגטע זאלען ווערען טופח על מנת להטפיח אויף די אלע מיט וועמען זיי קומען אין בארירונג, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

און בפרט געפינענדיג זיך אין די טעג פון ספירה, וואס פון טאג צו טאג קומט צו מער ליכטיקייט און אזא ליכטיקייט וועלכעס איז פארבונדען מיט קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, וואס דאס איז דאך די ערקלערונג וואס אין דעם נוסח הספירה זאגט מען שני ימים לעומר און ניט יום שני, ווייל דער נעכטיקער אור איז ניט אפגעטראטען ער איז אויך היינט פראן מיט א צוגאב פון היינטיקען אור הספירה, און אזוי קומט צו פון טאג צו טאג ביז מען דערהערט דעם ג-טליכען רוף, אנכי ה' אלקיך פון ד' רוחות מלמעלה ולמטה, ווי דערציילט אין מדרש.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-qqyrawwt

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit5425