English
ספרייה

אגרת ה'תכא

ב' אייר, תשי"ז · הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מרדכי שי'

ב"ה, ב' אייר, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מרדכי שי'

שלום וברכה!

בשמחה האב איך באקומען אייער בריף פון /4;25amp& און בפרט אז איך האב זיך שוין געזארגט פאר דעם לאנגען איבעררייס, חאטש איך באקום גרוסן פון אייך בתוך כללות אנ"ש, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז ניט גלייך א ידיעה פון דער ערשטער קוועלע צו א ידיעה פון א כלי שני.

בשמחה האב איך געלייענט אייער שרייבען וועגען דעם קומענדען דינער בענעפיט פון דער ישיבה אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש במעלבורן, און אז איר טוט ווי געהעריג אין די הכנות צו דעם, און די וויכטיקייט פון דעם, איז זיכער איבעריג צו מאריך זיין לדכוותי' און אין איינקלאנג מיט דער וויכטיקייט פון דעם, איז יעדע השתדלות ויגיעה און ענערגיע וואס דאס פאדערט איז אלץ כדאי, וויילע דאס איז א תועלת הרבים, און השי"ת גיט ברכה והצלחה וויילע דער זכות הרבים מסייעתם.

איך האב איבערגעגעבען אייער בקשה, וועגען מאטעריאל פארן דינער, אויב עס איז דא פראן, צו איבערשיקען אייך, און בלי נדר וועל איך אויך אין דער פאסענדער צייט שיקען מיין ברכה צו די אלע וועלכע טוען אין דעם אין די צוגרייטונגען און צו אלע באטייליגטע אין דינער און השי"ת זאל העלפען אז תמיד כל הימים זאלט איר קענען אנזאגען גוטע בשורות אויך אין אייערע ענינים הפרטים, געזונט פרנסה און אידישן נחת מיו"ח שי' צוזאמען מיט אייער פרוי תחי'.

בברכה לבשו"ט ובנוסח כ"ק מו"ח אדמו"ר צו א געזונטען זומער.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-dbgrrprr

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit5421