אגרת ה'תקכו
י"ח סיון, תשי"ז · שרה מינדל תחי'
אין ענטפער אויף דיין בריף פון י"ד סיון, געשריבען פאר דער קאמיטע פון בנות חב"ד הצעירות.
איך בין געווען צופרידען צו דערוויסען זיך אז איר טרעט צו צו דער וויכטיגער ארבעט אויף צו מקרב זיין אידישע טעכטער צו יהדות, דורכגעדרונגען מיט חסידות'שע ווארימקייט, און זיכער וועלען די נשי חב"ד ואנ"ש בכלל פון מאנטרעאל, העלפען אייך אין דעם, ווען איר וועט זיך נויטיגען אין זייער הילף, און איך וויל האפען אז מיט דער צייט וועלען אלע ווערען אלץ מער ספעציאליזירט אין דער ארבעט און אלץ מער זעלבסטשטענדיקער, וואס דער עיקר איז צו פארגרעסערען די צאל מיטגלידערינס און בעאיינפלוסטע און אויך אין דער איכות (קוואליטעט) פון דער ארבעט, און עס איז דאך באוואוסט אז אין לך דבר העומד בפני הרצון.
און בפרט דארפמען געפינען פאסענדע וועגען צו אויסניצען די זומער צייט, וואס דענסטמאל איז מען דאך פריי פון די לימודי חול אין די שולעס און קינדער האבען מער פרייע צייט.
בברכה צו יעדער חבירה אויף הצלחה אין דער ארבעט און אויך צו הצלחה אין אירע אינדווידועלע ענינים, צו אויסוואקסען אזוי אז מען זאל ווערט זיין צו טראגען דעם נאמען פון אידישע טעכטער בנות שרה רבקה רחל ולאה, ובברכה לבשו"ט.
Kehot Publication Society · commercial
יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- אגרות קודש
- כרך
- חלק טו
- מזהה
- rh-y28m0me9
עותקים
פעילות אחרונה
עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.
מקורות
- sichos-kodesh-unit