English
ספרייה

אגרת ה'תקכג

ח"י סיון, תשי"ז · מרץ וכו' מו"ה יעקב שי' הכהן

ב"ה, ח"י סיון, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ משאו ומתנו

באמונה בעל

מרץ וכו' מו"ה יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

איך שרייב אייך אין צוזאמענהאנג מיט דער ליובאוויטשער שוהל און גלייכצייטיק שרייב איך אויך צו הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מהרי"א שי' לעוויטאנסקי.

דער מצב פון דער ליובאוויטשער שוהל אין שיקאגא און די אומשטענדן אין וועלכע זי געפינט זיך האבן מיר געבראכט צו דער פעסטע מיינונג, אז ניט נאר קען די שוהל אויסגעהאלטן ווערן און האבן א קיום, נאר אז מען קען אויך און מען מוז אויך פארשטארקן און אויפהויבן די שוהל און אויסברייטערן אלע אירע טעטיקייטן און גוטע פעולות.

דערצו איז אבער נויטיג, אז די וואס זיינען פארבונדן מיט דער שוהל און וועמען דער ענין פון א ליובאוויטשער שוהל איז נאענט און טייער, זאלן טאן אין דעם. און העכסט זעלבסטפארשטענדלעך, אז די עסקנים מוזן זיך צוזאמענריידן בדרכי נועם ושלום ובלב אחד וועגן דער ארבעט און צו זוכן די וועגן און מיטלען ווי אוועקצושטעלן די ליובאוויטשער שוהל אויף דעם ריכטיגסטן באדן און פארזיכערן איר ווייטערע טעטיקייט און אנטוויקלונג.

איר ביידע, צוזאמען מיט הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ בעל מדות וכו' וכו' התמים הרב שלמה זלמן שליט"א העכט, וואס האבן זוכה געווען צו הערן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע פיעלע מאל וועגן ליובאוויטשער ענינים אין שיקאגא בכלל און בפרט, מוזט זיין פון די ערשטע אין דעם, און אויך איינווירקען אויף אלע אנדערע מעמבערס פון דער שול, אז די אויבענדערמאנטע טעטיקייט זאל געטאן ווערן אין דער פולסטער מאס און אין דער פולסטער קאאפעראציע אין אלע פרטים.

און זיכער איז אז ווען מען וועט זיין הארמאניש געאייניקט מיט א פעסטע החלטה לטובת דער זאך, וועט דער אויבערשטער שיקן ברכתו להצלחה מופלגה.

אין דערווארטונג פון בשורות טובות, ובברכה ופרישת שלום לאנ"ש שיחיו.

Kehot Publication Society · commercial

יובא מ: igros-index · Kehot Publication Society · commercial · העותק השמור ב־RebbeHub

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-t6gpq29s

עותקים

אגרות קודש · עברית · Kehot Publication Societyטקסט

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות

  • sichos-kodesh-unit5523